רגשי שמחה והתרוממות נעמט ארום חסידי ראחמיסטריווקא צום ערשטמאליגן שבת דורך האד' מראחמיסטריווקא אין בני ברק
דאנערשטאג פ' ויגש • ה' טבת תשפ"ו | בחצרות הקודש רגשי שמחה והתרוממות נעמט ארום ראחמיסטריווקא חסידים תושבי בני ברק, מיט די בשורה אדירה ומרנינה איבער א היסטארישער שבת וואס כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, וועט פראווענען אינעם עיר התורה והחסידות, זייענדיג דאס ערשטע מאל בקורות דברי הימים פון חצר הקודש ראחמיסטריווקא, וואס די רבי שליט"א וועט אפרעכטן א שבת אין בני ברק. צוריק עטליכע יאר ווען מען האט געלאזט אין גאנג דעם מאסיווע בוי פראיעקט אויפצובויען די נייע ראחמיסטריווקא ביהמ"ד אין בני ברק, האט דער…