העדליין

הילולא קדישא פון הגה"ק רבי יאנקעלע מפשעווארסק זי"ע אפגעראכטן מיט גרויס התעוררות אין פשעווארסקער הויף

דאנערשטאג פ' תולדות • כ"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה קאהן, ישראל ק.,JDN דעם ז"ך חשוון איז אויסגעפאלן די הילולא קדישא פון הרה"ק רבי יאנקעלע מפשעווארסק זי"ע וועלכער איז געווען מפורסם בגודל קדושתו, ואיש פלא ומופת בבית ישראל. די הילולא קדישא האט זיך שוין געשפירט פאריגן שבת פ' חיי שרה בצל קדשו פון בנו יחידו ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א במקום הנופש אין חלדודנא ענגלאנד, מוצאי שבת האט דער רבי אפגעראכטן די מלוה מלכה און דערציילט עובדות און סיפורים לכבוד די בעפארשטייענדע…

Read more

הילולא דקדישא פון הגה"ק רבי מרדכי מבילגורייא זצ"ל געפראוועט דורך בנו יחידו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א

דאנערשטאג פ' תולדות • כ"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אנשיל בעק, אמ"ש דעם זונטאג כ"ה חשוון איז אפגעצייכנט געווארן די 76'סטע הילולא פון הגה"ק רבי מרדכי מבולגרייא זצ"ל, אין אלע בעלזער צענטערן האט מען מעלה געווען זכרונו הבהיר וצדיק מה פעל, ובפרט בצל קדשו פון בנו יחידו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א בקרתא דשופריא איז די הילולא קדישא פאראיבער מיט א גרויס התעוררות ורגשי עילאה. מוצאי שבת בליל ההילולא האט דער רב שליט"א יורד געווען לפני התיבה צו מעריב און דערנאך אנגעצינדן די שעווה ליכט לכבוד די…

Read more

התרגשותדיגע באזוך פון הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א במעונו פון פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א

דאנערשטאג פ' תולדות • כ"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש א התרגשותדיגע באזוך איז נעכטן פארגעקומען במעון תורתו פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות ווען עס איז אריבערגעקומען אויף א וויזיט דער חשובע גאסט פון אמעריקא הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א וועלכער איז אנגעקומען צוגאסט קיין ארץ ישראל מיטצוהאלטן דער מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א און דער שבת מרומם אין אתרא קדישא מירון. דער דיין שליט"א איז אנגעקומען בעת דעם וועכענטליכן שיעור וואס דער פוסק הדור…

Read more

וישישו בשמחה: חתונה הגדולה פון הכלה בת האד' מתולדות משה היינטיגן דאנערשטאג תולדות אין בני ברק

מיטוואך פ' תולדות • כ"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס פרייד און שפאנענדע ערווארטונג רישן זיך מאסן חסידים ומעריצים צו די חתונה הגדולה בבית כ"ק אדמו"ר מתולדות משה שליט"א, וואס וועט אפגעראכטן ווערן ברוב פאר והדר ובקול רנה ותודה המון חוגג דעם קומענדיגן דאנערשטאג שמות. בשעה טובה וועט גיין אונטער די חופה הכלה תחי' א טאכטער פונעם רבי'ן שליט"א, מיט החתן א זוהן פון הרה"ג יעקב יהושע שטערן שליטא זוהן פון הגאון הגדול רבי שמואל אליעזר שטערן שליט"א רב מערב בני ברק און איידעם ביי הגה"צ רבי משה סופר…

Read more

מארק וואלקער פרעזידענט טראמפ'ס אנטיסעמיטיזם אמבאסאדאר טרעפט זיך מיט ראש הישיבה הגרמ"ה הירש

מיטוואך פ' תולדות • כ"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם פארלאפענעם וואך איז אפגעהאלטן געווארן א פראדוקטיווע זיצונג במעונו פונעם ראש הישיבה הגאון הגדול רבי משה הילל הירש שליט"א אין בני ברק וואו עס איז אריבערגעקומען מר מארק וואלקער, וועמען פרעזידענט טראמפ האט לעצטנס נארמינירט און געשטעלט אלס דער אמבאסאדאר פאר רעליגיעזע אנגעלעגנהייטן און אלס קעמפער קעגן אנטיסעמיטיזם, וואס ווערט לצערנו לעצטנס מער און מער פארשפרייט. דער אמבאסאדאר איז געקומען צו פארן פון זיין היימארט נארט קאראליינע אין באגלייטונג פון…

Read more

ובאו לציון ברנה: אלפי תושבי ירושלים מקבל פנים געווען האד' מסאטמאר ביי מעמד קבלת פנים רבתי בחוצות העיר

מיטוואך פ' תולדות • כ"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם מאנטאג אוונט איז פארגעקומען די גרויסארטיגער מעמד "קבלת פנים" לכבודו הרם פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. די מעמד איז אפגעהאלטן געווארן אינעם גרויסן שאטער אויף רחוב דורש טוב אין ירושלים עיה"ק, דער שאטער איז געווען איבערגעפילט פון ברעג צו ברעג מיט שווערע הונדערטער סאטמארער חסידים און טויזענטער אידן פון איבער גאנץ ירושלים, וועלכע האבן מקבל פנים געווען דעם רבי'ן מיט טענץ און גאזאנג. די מעמד איז געווען בשילוב מיטן  סיום כתיבות ספר תורה פארן ספר…

Read more

ובאו לציון ברנה: אלפי תושבי ירושלים מקבל פנים געווען האד' מסאטמאר ביי מעמד קבלת פנים רבתי בחוצות העיר

מיטוואך פ' תולדות • כ"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם מאנטאג אוונט איז פארגעקומען די גרויסארטיגער מעמד "קבלת פנים" לכבודו הרם פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. די מעמד איז אפגעהאלטן געווארן אינעם גרויסן שאטער אויף רחוב דורש טוב אין ירושלים עיה"ק, דער שאטער איז געווען איבערגעפילט פון ברעג צו ברעג מיט שווערע הונדערטער סאטמארער חסידים און טויזענטער אידן פון איבער גאנץ ירושלים, וועלכע האבן מקבל פנים געווען דעם רבי'ן מיט טענץ און גאזאנג. די מעמד איז געווען בשילוב מיטן  סיום כתיבות ספר תורה פארן ספר…

Read more

בשעה טובה ומוצלחת: נייע יישוב דחסידי וויזניץ בית שמש אין שטאט עמנואל באשטעטיגט

מיטוואך פ' תולדות • כ"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס פרייד גרייט מען זיך בחצר הקודש וויזניץ בית שמש צו א היסטארישע אונטערנעמונג פון הרחבת גבולי הקדושה, מיטן אוועקשטעלן א נייע מקום מושב דחסידי וויזניץ בית שמש אין שטאט עמנואל, אלס א לעזונג פאר'ן שווערן דירות קריזיס און דעם מאנגל אין פאסיגע וואוינערטער אין די גרויסע שטעט פון ארץ ישראל. נאך א תקופה וואס די כסדר'דיגע וואוקס פון פרישע משפחות שטייגט בליעה"ר אויף א שטוינענדע פארנעם, און דערצו זענען די וואקסענדע הויכע דירות פרייזן אין שטאט בית…

Read more

יומא טבא לרבנן: מעמד כבוד התורה און חלוקת פרסים אין ישיבה גדולה תולדות אהרן אין אלעד

מיטוואך פ' תולדות • כ"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר א הערליכע מעמד כבוד התורה איז נעכטן אפגעראכטן געווארן אין די ישיבת גדולה תולדות אהרן אין אלעד, וואו די הונדערטער בחורי חמד תלמידי הישיבה האבן געפייערט דעם יומא טבא לרבנן, לרגל סיום מסכתות קידושין און בבא מציעא וואס די בחורים האבן געלערנט און געחזרט דורכאויס די לעצטע צוויי יאר, אינאיינעם מיטן מעמד חלוקת תעודות פאר די בחורים מצטיינים. די מעמד איז פארגעקומען אינעם גרויסן היכל אין די קרית הישיבות אין שטאט אלעד, אין שפיץ פון…

Read more