העדליין

יומא טבא לרבנן: מעמד כבוד התורה און חלוקת פרסים אין ישיבה גדולה תולדות אהרן אין אלעד

מיטוואך פ' תולדות • כ"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר א הערליכע מעמד כבוד התורה איז נעכטן אפגעראכטן געווארן אין די ישיבת גדולה תולדות אהרן אין אלעד, וואו די הונדערטער בחורי חמד תלמידי הישיבה האבן געפייערט דעם יומא טבא לרבנן, לרגל סיום מסכתות קידושין און בבא מציעא וואס די בחורים האבן געלערנט און געחזרט דורכאויס די לעצטע צוויי יאר, אינאיינעם מיטן מעמד חלוקת תעודות פאר די בחורים מצטיינים. די מעמד איז פארגעקומען אינעם גרויסן היכל אין די קרית הישיבות אין שטאט אלעד, אין שפיץ פון…

Read more

בכבוד'יגע אויפנאמע ומסיבת קבלת פנים לכבודו פון האד' מסאטמאר במעונו פונעם פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך

מיטוואך פ' תולדות • כ"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם מאנטאג נאכמיטאג תיכף ווען כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א איז אנגעקומען אין ירושלים עיה"ק, איז ער צוגעפארן למעונו הקודש פון ידידו וריעו מאז ומקדם מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות, וועלכער האט אויפגענומען דעם רבי'ן בכבוד הראוי, אין א זעלטענע ערשיינוג האט זיך דער גאון שליט"א אנגעטון דעם הוט לכבודו פונעם חשובן גאסט. דער רבי האט זיך באגריסט מיט'ן גאון מיט א שטארקע התרגשות און דורש געווען בשלומו. באלד ביים אנהייב…

Read more

וזוכר חסדי אבות: הילולא קדישא פון הרה"ק מהרי"ד מבעלזא זי"ע ביי נכדו האד' מבעלזא

דינסטאג פ' תולדות • כ"ז חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אנשיל בעק, אמ"ש,JDN פאריגן מיטוואך נאכט בליל ההילולא קדישא פון הרה"ק מהרי"ד מבעלזא זי"ע איז נכדו ממשיך דרכו בקודש כ"ק האדמו"ר מבעלזא שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מעריב אינעם בית תפילה בביתו נאווה קודש און געדאווענט פארן עמוד לכבוד די יארצייט. נאך מעריב איז פארגעקומען א לעקח אין בראנפן וואו די רב שליט"א האט געמאכט א ברכה אויף לעקח און לחיים און דאן א לענגערע צייט דערציילט עובדות וסיפורים פונעם זיידן דער בעל ההילולא און דאן…

Read more

האד' מסאטמאר איז משבח האד' מגור איבער שארפע שטעלונג קעגן "גזירת הגיוס"

דינסטאג פ' תולדות • כ"ז חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש נעכטן נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך למעונו הקודש פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, ווי עס איז פארצויגן געווארן א הערליכע שמועס, צווישן אנדערע האט דער סאטמארער רבי שליט"א ארויסגעברענגט זיין באגייסטערונג פארן גורער רבי איבער דער ארגאניזאציע "הבן יקיר" דחסידי גור, וועלכע העלפן ארויס יתומים ויתומות ל"ע, נאכדעם וואס דעם גערער רבינס זוהן הרה"צ רבי שלמה צבי אלתר שליט"א נשיא הארגון האט נישט לאנג צוריק באזוכט ביים רבי'ן אין…

Read more

ויחן את פני העיר: היסטארישער מסיבת קבלת פנים אפגעהאלטן לכבודו פון האד' מסאטמאר אין לשכת הביד"ץ העדה החרדית

דינסטאג פ' תולדות • כ"ז חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש א היסטארישע מעמד קבלת פנים איז נעכטן אפגעהאלטן געווארן לכבודו הרם פונעם חשובן גאסט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, אינעם לשכת הביד"ץ העדה החרדית ביים מקום מושב בית דין, ביי וועלכן עס האבן מפאר כבוד געווען די שרי התורה הגאונים הגדולים חברי הביד"ץ שליט"א און די חברי וועד הפועל פון די עדה החרדית. דער ספרא דדיינא הר"ר יצחק שלמה בלוי הי"ו האט מקבל פנים געווען דעם רבי'ן שליט"א אין נאמען פון די שרי התורה חברי הבית דין צדק, דערנאך האט מען געהאט די זכי' צו…

Read more

שיינע רבישע חתונה בחצרות ראחמיסטריווקא – וויזניץ געפראוועט אין שטאט בארא פארק

דינסטאג פ' תולדות • כ"ז חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יוסף שלום ש., אברומי בערגער,JDN פארלאפענעם דינסטאג חיי שרה איז אין בארא פארק אפגעראכטן געווארן די חתונה פונעם חתן א זון פון הגה"צ ר' חיים מאיר ארנסטר שליט"א אבד"ק וויזניץ מאנטשעסטער, זון פון הגה"צ ר' מנחם ארנסטר שליט"א ראש ישיבת וויזניץ, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מזידטשויב שיקאגא זצ"ל, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ ר' מרדכי אהרן טווערסקי שליט"א, יונגסטע איידעם פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מראחמיסטריווקא זצ"ל, די שמחה איז פארגעקומען אין…

Read more

האד' מטאהש פראוועט התרגשות'דיגער מעמד קביעות מזוזה אין "ישיבה גדולה תורת משולם פייש ד'טאהש" אין ניו יארק

דינסטאג פ' תולדות • כ"ז חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש נעכטן מאנטאג האט כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א אפגעשטאט א באזוך אין די נייע "ישיבה גדולה תורת משולם פייש ד'טאהש", וועלכע האט געעפענט אירע טויערן צום יעצטיגן נייעם זמן הלימודים תשפ"ו, ברוב פאר והדר מיט א שטארקע הצלחה בסייעתא דשמיא. אנקומענדיג האט דער רבי שליט"א קובע מזוזה געווען אין בנין הישיבה המפוארה, און דערביי אויך מכבד געווען דעם מנהל הרה"ג רבי מענדל וואלף האלצער שליט"א קובע צו זיין א מזוזה. דערנאך איז פארגעקומען א התרגשות'דיגע מעמד לחיים, וואו…

Read more

כִּי הִנֵּה הַמְּלָכִים נוֹעֲדוּ: ביקור נימוסין פון האד' מסאטמאר ביי גיסו האד' מבעלזא

מאנטאג פ' תולדות • כ"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש היינט אויפדערנאכט נאכן גרויסן מעמד קבלת פנים אין ירושלים האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אפגעראכטן א ביקור נימוסין ביי גיסו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א נאך גאנצע צען יאר זינט די פריערדיגע מאל וואס די צוויי שוואגערס האדמור"ים שליט"א האבן זיך געטראפן בעת דעם סאטמארער רבינס באזוך אין ארץ ישראל בשנת תשע"ו. דער באזוך איז פארגעקומען אינעם בית תפילה בביתו נאווה קודש פונעם בעלזער רב שליט"א, וואס איז געווען אויסגעשטעלט אויף א גרעסערן פארנעם לכבוד דעם אורח…

Read more

מִקְדַּשׁ מֶלֶךְ: נגידי בית צאנז מיטגעלעבט שבת מרומם בצל האד' מצאנז אין אלטשטאט ירושלים סמוך ונראה צום כותל המערבי

מאנטאג פ' תולדות • כ"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין א זעלטן געהויבענע שבת איז אריבער אויף עטליכע הונדערט נגידים ותומכים בחצר הקודש צאנז,בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וועלכער האט געפראוועט דעם שבת קודש פ' חיי שרה אין אלטשטאט ירושלים ביים שריד בית מקדשינו דער כותל המערבי, אין ראם פונעם מסע הקודש "עתיקא קדישא" מיט די גרעסערע נדיבים בעם פון קהלות ומוסדות צאנז אין ארה"ק. ערב שבת ביים אנקומען קיין ירושלים איז די רבי שליט"א אריינגעפארן אין שטאט און מנחם אבל געווען…

Read more

פראכטפולע דינער פאר נגידים תושבי ארה"ק לטובת 'קרן עולם התורה' אפגעהאלטן אין שטאט בני ברק

מאנטאג פ' תולדות • כ"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר נעכטן זונטאג איז פארגעקומען אין בני ברק א פראכטפולער דינער לטובת דעם בארימטן "קרן עולם התורה" וואס איז נתייסד געווארן דורך די גדולי ראשי הישיבות פון ארץ ישראל, מחזק צו זיין דעם עולם התורה והישיבות וועלכע שטייען אויס רדיפות מצד די ציוניסטישע ממשלה וואס וויל ארויפצווינגען דעם ביטערן גזירת הגיוס אויף די בני ישיבות און עולם התורה אין אר"י היו לא תהי'. אין די לעצטע צוויי יאר נאכדעם וואס די גדולי התורה והחסידות זענען…

Read more