פראכטפולע דינער פאר נגידים תושבי ארה"ק לטובת 'קרן עולם התורה' אפגעהאלטן אין שטאט בני ברק
מאנטאג פ' תולדות • כ"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר נעכטן זונטאג איז פארגעקומען אין בני ברק א פראכטפולער דינער לטובת דעם בארימטן "קרן עולם התורה" וואס איז נתייסד געווארן דורך די גדולי ראשי הישיבות פון ארץ ישראל, מחזק צו זיין דעם עולם התורה והישיבות וועלכע שטייען אויס רדיפות מצד די ציוניסטישע ממשלה וואס וויל ארויפצווינגען דעם ביטערן גזירת הגיוס אויף די בני ישיבות און עולם התורה אין אר"י היו לא תהי'. אין די לעצטע צוויי יאר נאכדעם וואס די גדולי התורה והחסידות זענען…