העדליין

האד' מסטאניסלאוו צוגאסט אין ארה"ק לכבוד יארצייט פון אביו כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאוו זצ"ל

דאנערשטאג פ' חי שרה • כ"ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN בחדוה עילאה, האבן תושבי ארץ הקודש, און חסידי סטאניסלאוו בפרט, מקבל פנים געווען פני כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאוו שליט"א, וועלכער וועט אנקומען אויף א באזוך קיין ארץ ישראל, אויף וואס דער ציבור חסידים האט שוין ארויסגעקוקט אזא לאנגע צייט. דער סטאניסלאווער רבי, איז פון די געהויבענע צדיקים אין מאנסי, ארום וועמען עס קלאמערן זיך פילצאליגע חסידים, ומעריצים. אצינד, נאך עטליכע יאר פונעם רבינס פריערדיגן באזוך אין ארץ ישראל, האט דער רבי…

Read more

תשובה ברורה פון הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א צו האד' מסאטמאר ערשיינט לקראת די מסע המרומם קיין ארה"ק

דאנערשטאג פ' חי שרה • כ"ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש דער מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א קיין ארץ ישראל צוזאמען מיט אלפי חסידי סאטמאר וואס גרייטן זיך מיטצהאלטן דעם מסע הקודש, האט אויפגעברענגט פארשידענע שאלות וואס איז ספציעל נוגע ביי די איצטיגע נסיעה, און ווערט קלאר אויסגעשמועסט אין א תשובה נפלאה פון הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א וועלכער האט מעלה געווען בכתב א לענגערע תשובה אדרעסירט צום סאטמארער רבי'ן, איבער פארשידענע שאלות, ובפרט איבער דעם נושא פון אמירת "ותן טל ומטר". די שאלה…

Read more

ביהמ"ד הגדול וויזניץ אין מאנסי וועט דינען אלס אכסניא של שמחה צום גרויסן וויזניצער חתונה אין שטאט מאנסי

דאנערשטאג פ' חי שרה • כ"ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש עס איז נארוואס באשטעטיגט געווארן אז די חתונה הגדולה פון אן אייניקל ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, די כלה תחי' א טאכטער פונעם רבינס איידעם הגה"צ רבי נפתלי צבי טייטלבוים שליט"א, וועט פארקומען אויף א גרויסארטיגן פארנעם אינעם ביהמ"ד הגדול לבוש מרדכי וויזניץ אין מאנסי. די חתונה וואס איז באשטימט אויף מיטוואך ויצא, צוויי טעג נאכן חתונה הגדולה בחצרות סקווירא – וויזניץ, האט ארגינעל געלאזט פארקומען אין איינע פון די זאלן לאקאל אין מאנסי, אבער אצינד…

Read more

הונדערטער חסידים ואנשי מעשה לעבן מיט דערהויבענע "שבת המרומם" אין "המספיק רעזארט" מיט האד' מקהל חסידי ירושלים

דאנערשטאג פ' חי שרה • כ"ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: ד.ה. כרם,JDN א זעלטן דערהויבענער "שבת המרומם" איז געפראוועט געווארן אינעם פרעכטיגן "המספיק רעזארט" האטעל אין אפסטעיט ניו יארק, וואו הונדערטער אידן חסידים ואנשי מעשה האבן אינאיינעם מיטגעלעבט א גאר ערהאבענעם שבת, בראשות פון דעם גרויסן גאסט פון ארץ הקודש, כ"ק אדמו"ר מקהל חסידי ירושלים שליט"א, וועלכער געפינט זיך צוגאסט אין אמעריקע אויפצוטרייבן גרויסע סכומים לטובת די הייליגע כולל אימפעריע בנשיאותו אין ארצינו הקדושה. דער רבי שליט"א…

Read more

האדמור"ים מבית יצחק ספינקא און ראחוב באזוכן ביי האד' מסאטמאר לכבוד השמחה במעונם

דאנערשטאג פ' חי שרה • כ"ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י.שטיין פארלאפענעם וואך איידער דער שמחת הנישואין בחצרות בית יצחק ספינקא – ראחוב וואס איז פארגעקומען אין קרית יואל, זענען די געהויבענע זיידעס און מחותנים אריבערגעגאנגען אויף א ביקור נימוסין בבית כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, מקבל צו זיין מברכותיו לרגל דעם שמחת הנישואין און מכבד זיין דעם רבי'ן מיט סידור קידושין. עס האט זיך אנטוויקלט א שיינער שמועס בדברי תורה וחסידות ובעניני נישואין, און דער רבי שליט"א האט געוואונטשן פאר די מחותנים…

Read more

ירושלים של מעלה גרייט זיך צום באזוך און שיעור פלפול פון האד' מסאטמאר בתוככי "כולל שומרי החומות"

מיטוואך פ' חי שרה • כ"א חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י.שטיין,JDN אין די ברענענדיגע הכנות צום ביקור הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין ירושלים עיה"ק, גרייטן זיך פילצאליגע גאונים ותלמידי חכמים, ובפרט די לומדי הכוללים פון "כולל שומרי החומות לצדקת רבי מאיר בעל הנס" מיטצוהאלטן דעם לומדישן שיעור וואס דער רבי שליט"א וועט משמיע זיין אין ביהמ"ד "כתב סופר" פונעם כולל, אויף וואס די חכמי וגאוני ירושלים ובני ישוב הישן קוקן ארויס מיט גרויס התרגשות. אין די לעצטערע טעג זענען די געטרייע חברי…

Read more

האד' מוויזניץ בית שמש היינט אריבער א לייכטע אפעראציע מיט הצלחה ב"ה

מיטוואך פ' חי שרה • כ"א חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש היינט נאכמיטאג אין ארץ ישראל איז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א אריבער א לייכטע און פאראויס געפלאנטער אפעראציע צוליב א בראך פון וואס די רבי האט געליטן די לעצטע תקופה. די אפעראציע איז דורכגעפירט געווארן דורך הויכראנגיגע פראפעסארן אין די אסותא שפיטאל אין תל אביב, און בחסדי שמים הערט מען ב"ה אז אלעס איז אריבער מיט הצלחה. די רבי וועט פארבלייבן אין שפיטאל איבערנאכט, אונטער די אופזיכט פון די דאקטוירים, און מארגן דאנערשטאג וועט די רבי בעז"ה…

Read more

פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א ארויס מיט שארפע בריוו קעגן פשרות איבער גיוס

מיטוואך פ' חי שרה • כ"א חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש גאר א שארפע און דראמאטישע בריוו איז אין די טעג ערשינען פונעם פאר הדור הגאון הצדיק רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, אקעגן די יעצטיגע פלענער וואס ליגן אויפן טיש אנבאלאנגט די "חק הגיוס" אין כנסת המינים. דער רב שליט"א איז ארויסגעקומען מיט א לענגערע און שארפע בריוו וועלכע ערהאלט אין זיך מערערע איינצלהייטן, אין וועלכע ער ברענגט ארויס זיין ווייטאג מעומק הלב אויף פארשידענע פראנטן, והצד השוה שבו זיין שארפע התנגדות אויפן "חק הגיוס" און אויף סיי וואס פאר א…

Read more

האד' ממאחנובקא בעלזא וועט אפרעכטן ערשטמאליגער שבת מיט נגידים קעגן איבער דעם מקום המקדש

דינסטאג פ' חי שרה • כ' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש אויך בחצר הקודש מאחנובקא בעלזא גרייטן זיך די נגידי החסידות מיטצוהאלטן אן ערשטמאליגער שבת מיטן רבי'ן אין אלטשטאט ירושלים, בעיר עתיקא קדישא, ביים שריד בית מקדשינו דער כותל המערבי. דער חיבה יתירה פונעם מאחנובקא בעלזער רבי'ן שליט"א צום מקום המקדש איז ידוע לכל, עס גייט כמעט נישט אריבער קיין וואך צוויי וואס דער רבי זאל נישט פארן צום כותל המערבי, און אין יעדן געלעגנהייט וואס די רבי געפונט זיך אין ירושלים, וועט ער זיך אריבערכאפן צום כותל המערבי און…

Read more

מעמד התחלת לימוד משניות דורך אריבער 500 תלמידי כתה ג' פון די סניפי המוסדות אין קרית יואל

דינסטאג פ' חי שרה • כ' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אייזיק ג. נעכטן מאנטאג האט כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א אפגעשטאט א באזוך אינעם בנין התלמוד תורה 'בנין ווידער פאלאטשעק' אין קרית יואל וואו די רבי האט מפאר געוועהן די מעמד 'התחלת לימוד משניות' דורך די אריבער 500 תלמידי כתה ג' פון אלע פיר סניפים פון די מוסדות אין קרית יואל. די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המאורע אנגעפירט דורך די מנהלים. דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דברי ברכה ארויסברענגענדיג די…

Read more