העד-ליין-3

הונדערטער חסידים ואנשי ירושלים מיטגעהאלטן דערהויבענער ימי החנוכה בצל האד' מקרעטשניף כפר עטה

דינסטאג פ' ויגש • ג' טבת תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר דורכאויס די ימי החנוכה האבן זיך הונדערטער ירושלימער אידן און סתם עמך אידן חסידים ואנשי מעשה, דורכגעדרייט ביי די מעמדי הדלקת הנרות פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה שליט"א, נאך וואס דער רבי איז פארלאפענעם חודש אלול נתעטר געווארן בנזר האדמורו"ת נאכן הסתלקות פון זיין פאטער כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל בעל רזא דאמונה. די ערשטע טעג חנוכה האט דער רבי געפראוועט די הדלקת הנרות אינעם אלטן אלכסנדר ביהמ"ד אין די בית ישראל געגענט,…

Read more

ופרצו חומות: האד' מערלוי מיט פייערדיגע דברי מוסר ומחאה אויף די היינטיגע מאדעס ביי חסידי'שע מלבושים

מאנטאג פ' ויגש • ב' טבת -זאת חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש שטורמישע דברי מוסר ומחאה איז געהערט געווארן דעם מוצאי שבת ביים מעמד הדלקת הנרות פון כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א, וועלכער איז ארויס מיט א קול זעקה ומרה אויף די היינטיגע מאדעס וואס דרינגט אריין ביי די חסיד'ישע מלובשים, אשר לא שערום אבותינו. די ספעציעלע דברי מחאה האט דער רבי שליט"א משמיע געווען אין א איבערראשנדע מאמענט, ווען די הונדערטער חסידים וואס האבן מיטגעלעבט דעם געהויבענעם שבת חנוכה בצל הקודש אין שכונת קטמון אין ירושלים, זענען געווען…

Read more

מאסן חסידים מיטגעהאלטן שבת חנוכה בחצה"ק אמשינוב; מעמד הדלקת נרות מוצש"ק ברוב עם אין ביהמ"ד

מאנטאג פ' ויגש • ב' טבת -זאת חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש הונדערטער חסידים האבן דעם שבת געוויילט במחיצת הקודש פון כ"ק האדמו"ר מאמשינוב שליט"א אין בית וגן לרגל שבת חנוכה, וואס איז פון די סאמע גרעסטע שבתים אין יאר אין אמשינוב, און פון די איינציגע קביעות'דיגע שבתים וואס דער רבי שליט"א רעכט אפ א שבת'דיגע טיש ברבים.  שבת נאכמיטאג א קורצע צייט נאכן שקיעה איז די רבי אנגעקומען צום בנין הביהמ"ד איז די רבי תיכף אריין צום דירה פון זקינו הרה"ק רבי מאיר מאמשינוב זי"ע אינעם בנין וואו דער רבי האט זיך…

Read more