העד-ליין-3

הגה"צ אבד"ק סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א ביי הדלקת נר חנוכה בהיכל ישיבה קטנה שביל התורה בנשיאתו‎

מאנטאג פ' ויגש • ב' טבת -זאת חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש כמידי שנה בשנה האט הגה"צ אבד"ק סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א בנו בכורו פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א געפראוועט א מעמד הדלקת נרות חנוכה אין ישיבת "שביל התורה" אין קרית יואל וואס שטייט בנשיאותו, דער רב שליט"א האט געצינדן די נרות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, ווי א קאפעליע בחורי חמד האבן מהנה געווען מיט זמירות שירות ותשבחות. נאכן הדלקה האט דער רב שליט"א משמיע געווען דברי פלפול ואגדה בענייני דיומא. שפעטער איז דער רב ערשינען אין היכל המתיבתא…

Read more

בארא פארק גרייט זיך צו געהויבענעם שבת מיט האד' מקארלין סטאלין קומענדיגן שב"ק פ' שמות

זונטאג פ' ויגש • א' טבת – ז' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי קארלין סטאלין אין אמעריקא גרייטן זיך בהכנה דרבה, מיטצוהאלטן ימי אורה בצל הקודש פון מורם ורבם כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א, וואס וועט אנקומען אויף א געהויבענע ביקור חיזוק בקרב עדת צאן מרעיתו אין ניו יורק, דעם קומענדיגן פרשת שמות און וועט פראווענען א גרויסן שבת אין עיר ואם בישראל בארא פארק. לויטן פלאן, וועט דער רבי אנקומען קיין ניו יורק מיטוואך שמות אינדערפרי, אין לויף פון מיטוואך און דאנרעשטאג וועלן זיין ספעציעלע זמני קבלת קהל…

Read more

שמחת קישור החיתון אין הויפן פון בישטינא – מעליץ – מודזיץ – אופעלע – שאץ

זונטאג פ' ויגש • א' טבת – ז' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם דינסטאג מקץ נר ב' דחנוכה איז פארגעקומען די שמחת התנאים לרגל די שידוך שליסן פון די חתן א זון פון כ"ק אדמו"ר מאופאלע שליט"א, חדב"נ כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א, מיט די כלה אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבישטינא שליט"א פון פתח תקווה, א טאכטער פון הרה"צ רבי אברהם נחמי' מאסקאוויטש שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר משאץ שליט"א, און א אור אייניקל פון אחיו כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד בישטינא אין פתח תקווה.

Read more

לקיים בנו חכמי ישראל: הגאון ר' דוד שמידל שליט"א יו"ר אגודת אתרא קדישא אנגעוויזן אויף רחמי שמים מרובים

זונטאג פ' ויגש • א' טבת – ז' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש תורה הקדושה התחנני בבקשה: אידן איבער די וועלט זענען מתפלל לרפואתו השלימה פון הגאון המפורסם רבי דוד שמידל שליט"א יושב ראש אגודת אתרא קדישא און ראש כולל ישיבת טבריא אין קוממיות, פון די לעצט פארבליבענע תלמידים פון מרן החזון איש זצוק"ל,  וועלכער געפונט זיך ליידער אין א שווערע צושטאנד און איז אנגעוויזן אויף גרויס רחמי שמים. אין מערערע היכלי התורה און מוסדות החינוך פונעם ישוב הישן קומען פאר עצרות תפילה למען רפואתו השלימה, אין ירושלים נעמט…

Read more

תפארת בראשו: האד' מאנטניא אנגעטון א קאלפיק צום ערשטןמאל לכבוד יום טוב חנוכה

דאנערשטאג פ' מקץ • כ"ח כסלו – ד' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN דעם יום טוב חנוכה האט כ"ק אדמו"ר מאנטניא שליט"א געצינדן די נרות אנגעטון מיט א קאלפיק, זייענדיג מחדש דער מנהג וותיק פון אבותיו הקדושים. טראץ וואס די רבי שליט"א וועלכע פירט שוין אן באדמורו"ת איבער דרייסיג יאר, פלעג ביז היינט נישט גיין מיט א קאלפיק וואו עס האבן זיך נוהג געווען אבותיו הקדושים לבית וויזניץ און אנטניא ביומא דפגרא, האט דער רבי היי יאר באוויליגט צו מחדש זיין דעם מנהג און צינדן די נרות חנוכה מלובש מיט…

Read more

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

דאנערשטאג פ' מקץ • כ"ח כסלו – ד' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א ביים אפרעכטן נענועים מיט די מנורה ביי א מסיבת חנוכה די וואך אין שטאט חיפה. האדמו"ר מסאטמאר ווערט געזעהן ביי א ברית פון אן אייניקל ביי הרה"ח הישיש ר' אלתר יחזקאל גליק שליט"א מחשובי חסידי סאטמאר אין קרית יואל, וואו דער רבי איז געווען סנדק. האדמו"ר מוויזניץ ירושלים ביים מיטהאלטן די נירות חנוכה ביי האדמו"ר מבעלזא די וואך. גאב"ד יאוואזשנא באגריסט זיך מיט האדמו"ר מסאטמאר ביים מעמד הודאה כ"א כסלו…

Read more