העד-ליין-3

נייע שמחה-זאלן "שובע שמחות" באנייט אין שיכון סקווירא צו פראווען ביליגע שבתות של שמחה

דאנערשטאג פ' וישב • כ"א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: איצי מ.,JDN אין שיכון סקווירא איז דעם שבת קודש באנייט געווארן די נייע שמחה־זאלן "שובע שמחות", וואס גיט די מעגליכקייט פאר מחותנים צו פרייען שבת שבע ברכות אויף א ביליגן פארנעם, אזוי צו קענען פראווען די שמחות בשמחה וטוב לבב. די נייע שמחה־זאלן זענען אהערגעשטעלט געווארן אינעם בנין התלמוד תורה דשיכון סקווירא "בנין האלפערין" דורך דעם מפעל "שובע שמחות" שע"י ק"ק סקווירא, וואס גיט זיך אפ מיט פעולות נשגבות צו פארלייכטערן פאר בעלי שמחה בעת…

Read more

שמחת החתונה בחצרות דעעש – קרית צאנז ירושלים – מאקאווא אשדוד – ספינקא סוליצא

דאנערשטאג פ' וישב • כ"א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN שמחת החתונה פון די חתן א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מדעעש שליט"א, א זון פון זיין איידעם הרה"צ ר' נחמן כהנא שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מספינקא סוליצא שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' דוד ווייס שליט"א, זון פון הגה"צ גאב"ד קרית צאנז ירושלים שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ אבד"ק מאקאווא אשדוד שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין די מונדיאל זאל אין ירושלים.

Read more

האד' ממאחנובקא בעלזא אויפגענומען בנו חביבו הרה"צ ר' יחיאל מיכל רוקח שליט"א אלס אבד"ק מאחנובקא בעלזא ביתר

דאנערשטאג פ' וישב • כ"א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי מאחנובקא בעלזא תושבי ביתר האבן מיט פרייד אויפגענומען די בשורה משמחת אז כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א האט אויפגענומען בנו חביבו הרה"צ רבי יחיאל מיכל רוקח שליט"א לכהן פאר צו דינען אלס רב דקהלה קדושה מאחנובקא בעלזא אין ביתר. די נייע רב הרה"צ רבי יחיאל מיכל שליט"א איז די פערדע זון פון כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א און א איידעם ביי זיין פעטער כ"ק אדמו"ר מיערוסלאב שליט"א, ער איז ברייט באקאנט מיט זיין מאור פנים און ליבליכקייט לכל דורש…

Read more

בני ברק: שמחת החתונה פון נכד ראש ישיבת תולדות אהרן און כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף קרית גת זצ"ל

מיטוואך פ' וישב • כ' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN אין בני ברק איז פאריגע וואך געפראוועט געווארן די שמחת החתונה פונעם חתן א זון פון הרה"צ ר' מרדכי קאהן שליט"א, זון פון הגה"צ ראש ישיבת תולדות אהרן שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף קרית גת זצ"ל, מיט די כלה א טאכטער פון הרב אברהם חיים בעק שליט"א, זון פון הנגיד החסיד ר' אפרים זלמן בעק שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין די היכלי מלכות זאל אין בני ברק, אין שפיץ פון די חשובע זיידעס און פעטערס האדמור"ים והרבנים.

Read more

יושבי חשך וצלמות אין "אוטיסוויל תפיסה" שטארק מחוזק נאך התרגשות'דיגער באזוך פון ראש הישיבה הגאון ר' משה הלל הירש

מיטוואך פ' וישב • כ' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש א צאל אידן וועמען די השגחה עליונה האט אזוי באשערט אז זיי זענען ארעסטירט אין די אוטעסוויל תפיסה אין ניו יארק, האבן דעם זונטאג געשעפט הויפנס מיט חיזוק ביים באזוך פונעם זקן ויושב בישיבה הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע, וועלכער האט א לענגערע צייט זיך אויפגעהאלטן אין די תפיסה, און האט מחזק געווען די אידן בדברי חיזוק והדרכה וואס האט אויף זיי שטארק עושה רושם געווען. דער ראש הישיבה שליט"א האט אונטערגענומען דעם באזוך, מיט דער הילף…

Read more

חנוכת הבית פאר נייע בנין הישיבה קטנה דוויען געפייערט ביי מעמד "נחלת בחוריך" אינאיינעם מיט שבע ברכות אין רבינס הויף

מיטוואך פ' וישב • כ' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אשי וויינגארטען,JDN א גייסטרייכע מעמד איז פארגעקומען פארלאפענע וואך בחצר הקודש וויען, ווען עס איז געפראוועט געווארן די מעמד חנוכת הבית פאר די נייע בנין הישיבה קטנה, וואס איז פראכטפול פארענדיגט געווארן אין די לעצטע חדשים, און איז באנייעט געווארן אין א מזל'דיגע שעה צום יעצטיגן ווינטער זמן, ווען די תלמידי ישיבה קטנה זענען שוין עוסק בתורה אין דעם בנין עטליכע וואכן. די מעמד איז פארגעקומען אינאיינעם מיט די שמחת השבע ברכות פון א אייניקל…

Read more

פרייליכע שבע ברכות צוגעשטעלט דורך קהל ספינקא לעיקוואד לכבודו פון הגה"צ אבד"ק ספינקא לעיקוואד שליט"א

מיטוואך פ' וישב • כ' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם מוצאי שבת איז פארגעקומען די שבע ברכות בשמחת בית ספינקא, אין זאל פון רידזש טערעס אין לעיקוואד צוגעשטעלט דורך די ספינקא קהילה אין לעיקוואד, לכבודו פונעם מחותן די רב הקהילה הגה"צ אבד"ק ספינקא לעיקוואד שליט"א וואו די חברי הקהילה ומתפללי ביהמ"ד האבן זיך מיטגעפריידט בשמחתו פונעם רב שליט"א אויף א געהויבענעם שטייגער בשבת אחים גם יחד.

Read more

שמחת נישואין אין הויפן פון טשערנאביל – קאסאן לעיקוואד – ראחמיסטריווקא מאנסי – קאסאני

דינסטאג פ' וישב • י"ט כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN פארלאפענעם וואך איז געפראוועט געווארן א שיינע רבישע שמחה אין שטאט מאנסי, די חתונה פון א אייניקל דביי כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, די חתן א זון פון זיין איידעם הרה"צ ר' יהוסף יחזקאל ראטטענבערג שליט"א ראש ישיבת עטרת צבי אין לעיקוואד, זון פון כ"ק אדמו"ר מקאסאן לעיקוואד שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' חיים מאיר טווערסקי שליט"א אב"ד אוסטילא מאנסי, זון פון הגה"צ אבד"ק ראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א, און איידעם…

Read more