העד-ליין-3

הונדעטער חסידים ואנשי מעשה ווארעמען זיך ביים התוועדות רבתי לרגל י"ט כסלו בחצר הקודש בישטינא

דינסטאג פ' וישב • י"ט כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר כמידי שנה בשנה האבן הונדערטער חסידים ואנשי מעשה פון אלע שיכטן און קרייזן מיטגעהאלטן דעם התוועדות רבתי און  עריכת שולחן הטהור בחצר הקודש בישטינא לרגל חג הגאולה י"ט כסלו, דער טאג וואס דער הייליגער בעל התניא זי"ע איז ארויסגעלאזט געווארן פון תפיסה מאפילה לאור גדול. כ"ק אדמו"ר מבישטינא שליט"א וועלכער איז מאז ומקדם אדוק ומקושר צו תורת חב"ד האט דאס יאר צום ערשטן מאל געפראוועט דעם יערליכן פארברענג לכבוד האי יומא דקא גרים אין שטאט…

Read more

הערליכער מעמד חנוכת הבית פארן ביהמ"ד החדש והמפואר טשענסקאוויץ אין מאנטעבעלאו – מאנסי

דינסטאג פ' וישב • י"ט כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN א שיינעם מעמד חנוכת הבית איז פארגעקומען אינעם ביהמ"ד החדש פאקשעוויץ אין די מאניבעלאו געגענט אין מאנסי, בנשיאות הגה"צ רבי יחיאל הלברשטאם שליט"א אבד"ק  טשענסקאוויץ. די מעמד איז פארגעקומען ברון שיר ושבח אינעם היכל הביהמ"ד וועלכער איז נארוואס פארענדיגט געווארן כלול בהדרו. בראש המסובים די רבני ואדמור"י העיר מאנסי, האט באשיינט כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א א מחותן מיטן  טשענסקאוויצער רב שליט"א, די רבי האט אפגעראכטן א מסיבת לחיים און…

Read more

אנשי 'חסד' נאספו: נפטר געווארן הרה"ח בנש"ק ר' חנני' סיני דוד (חסד) הלברשטאם ז"ל; משב"ק הרה"ק מליובאוויטש זצ"ל

דינסטאג פ' וישב • י"ט כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די רייען פון חסידי חב"ד אלוועלטליך ווערט מיט צער און טרויער אויפגענומען די בשורה מרה איבער די פריצייטיגע פטירה פונעם לאנגיעריגן און בארימטן משב"ק פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מליובאוויטש זצ"ל, הרה"ח בנש"ק מגזע אראלים ותרשישים רבי חנני' סיני דוד הלברשטאם ז"ל, וועלכער איז נפטר געווארן אין עלטער פון 74 יאר נאכ'ן נישט זיין געזונט די לעצטערע תקופה. ר' חנני' סיני דוד, באקאנט ביי חסידי חב"ד אלס "ר' חסד הלברשטאם", איז נפטר געווארן בהאי יומא קגרים, אינעם חג…

Read more

ובכן צדיקים יראו וישמחו: מאסן חסידים מיטהאלטן שמחת החתונה אין טאהשער הויף

דינסטאג פ' וישב • י"ט כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט חדוה דקדושה איז דעם פארלאפענעם וואך געפראוועט געווארן אין קרית טאהש קאנאדע די פרייליכע שמחת החתונה בחצר הקודש טאהש, ווען הרה"צ רבי אברהם יהודה לאווי שליט"א בנו הגדול כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א האט אונטערגעפירט בתו הכלה אונטער די חופה, מיט די חתן א זון פון הרב יהושע ישכר בעריש לאנדא שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק עדעלין קערעסטיר שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מזוטשקא קאראקאס שליט"א, וואו חסידי טאהש האבן זיך מיטגעפרייט ביי די גרויסע שמחה בבית…

Read more

האד' מלעלוב ניקלשבורג וויילט שבת בביתו נאוה קודש פון הרה"ק רבי ישעי'לע מקערעסטיר זי"ע

מאנטאג פ' וישב • י"ח כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש די וואך איז כ"ק אדמו"ר מלעלוב ניקלשבורג שליט"א אפגעפלויגן קיין אונגארן וואו דער רבי האלט זיך אויף אין שטאט קערעסטיר אויף מנוחת הנפש סמוך ונראה צום ציון הק' פונעם צדיק מפורסם הרה"ק ר' ישעי'לע קערעסטירער זי"ע. שבת האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן אלע תפילות און טישן בביתו נאווה קודש אין רבי ישעי'לעס הויז אין קערעסטיר, מיט א באזונדערע רגש קודש האט דער רבי מעריך געוועהן דעם שולחן הטהור פרייטאג צונאכטס אינעם נאסטאלגישן מלוה מלכה שטוב. זונטאג אין לויף…

Read more

כמידי שנה בשנה: ביקור קודש דורך האד' מסאדיגורא בקרב חסידיו אין שטאט לעיקוואד

מאנטאג פ' וישב • י"ח כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט התרוממות הנפש האבן חסידי סאדיגורא און פילע תושבי עיר התורה והחסידות לעיקוואד, ידידים ואוהדים פונעם סאדיגורער הויף געהאט די זכיה מיטצולעבן א שבת שכולו רוחני בצלא דמהימנותא פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען אויף א באזוך בקרב חסידיו אין אמעריקא און האט כמידי שנה בשנה געפראוועט א געהויבענעם שבת אין שטאט, אין די סאדיגורער קלויז עטרת ישראל. דורכאויס די ערשטע צוויי טעג פונעם רבינס באזוך אין אמעריקא איז די רבי געווען צוגאסט אין…

Read more

תלמידי וחסידי וויען האלטן מיט געהויבענעם חתונה פון נכד האד' מוויען אין שטאט בארא פארק

מאנטאג פ' וישב • י"ח כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN הונדערטער תלמידי וחסידי וויען האבן פאריגע וואך מיטגעהאלטן די שמחת נישואין פון די חתן א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א, א זון פון זיין איידעם הרה"צ ר' יואל ווייסמאנדל שליט"א, זון פון הגה"צ ר' מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א אבד"ק נייטרא מאנסי, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' פנחס אלי' קופפערמאן שליט"א, איידעם ביי הגה"צ ר' חיים אויש שליט"א אבד"ק וואולקאן, די שמחה איז פארגעקומען אין די זאלן פון עטרת חינקא, במעמד קהל רב חסידים…

Read more

גייסטרייכע שבת אין קאנעטיקוט פאר תומכים פון "מרכז מוסדות בעלזא" בראשות הרב שלום רוקח שליט"א נכד האד' מבעלזא

מאנטאג פ' וישב • י"ח כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש א גייסטרייכע שבת התעלות "שבת מלכות" איז אפגעראכטן געווארן דעם פארגאנגענעם שב"ק פרשת תולדות ספעציעל געווידמעט פאר די נדיבים בעם חסידי בעלזא בארצות הברית וועלכע האבן ביישטייערט באדייטענדע סומעס לטובת "מרכז מוסדות בעלזא", דער שבת איז באשיינט געווארן דורכן אורח הדגול הרב ר' שלום רוקח שליט"א נכדו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א וואס איז געקומען צופארן לעשות את השבת בשליחות הקודש פונעם בעלזא רב שליט"א. הרב ר' שלום שליט"א האט געלאדנדעט אינעם לופטפעלד…

Read more