העד-ליין-3

גייסטרייכע שבת אין קאנעטיקוט פאר תומכים פון "מרכז מוסדות בעלזא" בראשות הרב שלום רוקח שליט"א נכד האד' מבעלזא

מאנטאג פ' וישב • י"ח כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש א גייסטרייכע שבת התעלות "שבת מלכות" איז אפגעראכטן געווארן דעם פארגאנגענעם שב"ק פרשת תולדות ספעציעל געווידמעט פאר די נדיבים בעם חסידי בעלזא בארצות הברית וועלכע האבן ביישטייערט באדייטענדע סומעס לטובת "מרכז מוסדות בעלזא", דער שבת איז באשיינט געווארן דורכן אורח הדגול הרב ר' שלום רוקח שליט"א נכדו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א וואס איז געקומען צופארן לעשות את השבת בשליחות הקודש פונעם בעלזא רב שליט"א. הרב ר' שלום שליט"א האט געלאדנדעט אינעם לופטפעלד…

Read more

שמחת שבע ברכות אין בארא פארק דורך גה"צ ר' חיים יוסף דוד ווייס שליט"א דומ"ץ סאטמאר אנטווערפן לרגל חתונה פון אייניקל

מאנטאג פ' וישב • י"ח כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN פארלאפאנעם וואך איז פארגעקומען אין בארא פארק די שבע ברכות צוגעשטעלט דורך הגאון הגדול רבי חיים יוסף דוד ווייס דומ"ץ סאטמאר אנטווערפען ובעל ויען דוד, לרגל די חתונה פון א אייניקל, די כלה א טאכטער פון חתנו חביבו הגה"צ רבי יהושע חיים אריה שפיטץ שליט"א ראש ישיבת עץ חיים ווילרייק מיט די חתן א אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א, ביי די שמחה האבן מפאר כבוד געווען מערערע אדמור"ים ורבנים, צווישן זיי כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא…

Read more

עצרת מחאה אדירה קעגן גזירת הגיוס געפלאנט פארנט פון ציוניסטישע קאנסולאט אין שטאט לאנדאן

זונטאג פ' וישב • י"ז כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש אין עיר הבירה לאנדאן זענען טויזנטער חרדי'שע אידן ערווארטעט זיך צו פארזאמלען קומענדיגן דאנערשטאג נאכמיטאג פארנט פונעם מדינת ישראל קאנסולאט, אויסצושרייען דעם וויי-געשריי פונעם יהדות החרדית קעגן דער שרעקליכער גזירה פון גיוס בני ישיבות וואס פלאגט אחינו בני ישראל היושבים בארצינו הקדושה. אין בעפארברייטונג צום עצרת איז אפגעהאלטן געווארן א געמיינזאמע אסיפה דורך די עסקנים פון מערערע קהילות אין שטאט, מסדר צו זיין אלע דעטאלן און איינצלהייטן פונעם פראטעסט על…

Read more

מוצלח'דיגע מקח דורך ק"ק טשערנאביל אין אנטווערפען אויף בנין רחבת ידים פאר אייגענעם ביהמ"ד

זונטאג פ' וישב • י"ז כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי טשערנאביל אין שטאט אנטווערפען זענען איינגעהילט אין א פרייליכע שטימונג, ווען אין די יעצטיגע טעג האט די הנהלת הקהילה זוכה געווען צו שליסן א מוצלח'דיגע מקח, אויף א בנין רחבת ידים אין הארץ פון שטאט אנטווערפען, וואו עס וועט בעז"ה אויפגעבויעט ווערן א גרויסע נייע בית המדרש דחסידי טשערנאביל. די טשערנאבילער בית המדרש אין אנטווערפען תחת דגלו והדרכתו פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, איז אין די פאר יאר זינט איר התייסדות אויסגעשטיגן אלס א ריכטיגע…

Read more

שיינער חתונה פון החתן בן הגה"צ ר' הערשל האגער אבד"ק עטרת צבי – לאנדאן מיט הכלה טאכטער פון האד' מקאזניץ

זונטאג פ' וישב • י"ז כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין א שיינע שמחה איז פארגעקומען אין שטאט תל אביב ווען כ"ק אדמו"ר מקאזניץ שליט"א האט אונטערגעפירט בתו הכלה אונטער די חופה מיטן חתן בנן של קדושים א זון פון הגה"צ רבי הערשל האגער אב"ד עטרת צבי אין גאלדערס גרין זון פון הגה"צ רבי גרשון האגער אב"ד בית ישכר דוב און איידעם פון הגה"ק בעל משנה הלכות מאונגוואר זצ"ל, די שמחה איז געפראוועט געווארן אין די גרויסער האנגער זאל אין שטאט מיט די באטייליגונג פון פילע חסידים און אוהדים בקול…

Read more

האד' מאלכסנדר בארא פארק צוגאסט אויף שבת בקרב חסידיו אין בני ברק | בילדער גאלעריע

זונטאג פ' וישב • י"ז כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר די וואך שבת איז כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א פון בארא פארק געווען צוגאסט אין שטאט בני ברק, וויילנדיג אויף א באזוך די טעג אויף א באזוך בקרב חסידיו אין ארץ ישראל, די רבי שליט"א האט געפראוועט די תפילות און טישן בבית מדרשו אויף די חזון איש גאס, וואו פילע חסידים ואנשי מעשה האבן מיטגעהאלטן די שולחנות הטהורות דורכאויס שבת. מלוה מלכה האט די רבי אפגעראכטן אינאיינעם מיט די בחורי הקהילה פון אלע יארגענג.

Read more

וישישו בשמחה: פילע חסידים ומעריצים מיטגעלעבט פייערליכע שמחת החתונה בחצר תולדות משה

מוצאי שב"ק פ' וישלח • ט"ז כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: ארי. ק פילע הונדערטער אידן חסידים ואנשי מעשה האבן פאריגע וואך מיטגעלעבט שעות פון התרוממות הנפש ביים חתונה הגדולה בבית כ"ק אדמו"ר מתולדות משה שליט"א בנישואי בתו למזל טוב, מיט החתן אן אייניקל פון הגאון הגדול רבי שמואל אליעזר שטערן שליט"א רב מערב בני ברק און א אייניקל פון הגה"צ אבד"ק ערלוי צפת זצ"ל, וואס איז אפגעראכטן געווארן ברוב פאר והדר אין בני ברק. די שמחה איז געקומען צום קלימאקס בעת די ריקודין לכבוד שמחת חתן וואו דער רבי האט…

Read more

דבריהם הם זכרונם: ערשטער באנד פון ספר "ישועת יעקב" ערשיינט פון כ"ק אדמו"ר מסקולען זצוק"ל

מוצאי שב"ק פ' וישלח • ט"ז כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידים ואנשי מעשה האנדלן זיך די טעג איין דעם נייעם חיבור "ישועת יעקב" אמרות טהורות פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסקולען זצוק"ל, וואס איז אין די טעג ערשינען לאור עולם, לשמחת לב יראי ה' וחושבי שמו. דער פרישער חיבור "ישועת יעקב" איז צוזאמגעשטעלט פון די מאמרים ואמרות קודש וואס מ'האט במשך השנים געהאט די זכי' צו הערן פונעם סקולענער רבי'ן זצוק"ל בעל ישועת יעקב, וואס עס ליגט נאך אין די ביינער פון אלפי ישראל דעם טעם עליון וואס מ'האט געפירט ביים הערן די…

Read more

האד' מוויזניץ ירושלים וועט אנקומען קיין ארה"ק און פראווען די ימי החנוכה בקרב חסידיו

מוצאי שב"ק פ' וישלח • ט"ז כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש די וואך פ' וישב וועט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א אנקומען צוגאסט קיין ארה"ק וואו די רבי וועט, ווי אין די פארגאנגענע יאהרן, פראווענען די ימי החנוכה בקרב עדת צאן מרעיתו. די רבי שליט"א וועט זיך ארויסלאזן קיין ארה"ק דעם מאנטאג וישב און וועט פארוויילן אין ארץ ישראל גאנצע צוויי וואכן, אריינגערעכנט די הייליגע ימי החנוכה, ווען די רבי וועט מידי לילה בלילה אפרעכטן די מעמד הדלקת נרות חנוכה ברוב עם, אין גרויסן וויזניצער ביהמ"ד אויף רחוב אדוניהו…

Read more

הרה"צ ר' ישראל מנחם אלתר שליט"א בן האד' מגור וראש מכון פאר מקדושים באזוכט ביי האד' מפשעווארסק

פרייטאג פ' וישלח • ט"ו כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם דינסטאג בעת די זמני כניסה ביי כ"ק האדמו"ר מפשעווארסק שליט"א איז אריין אל הקודש פנימה הרה"צ רבי ישראל מנחם אלתר בן כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א ראש מכון פאר מקדושים וועלכער איז ספעציעל געקומען צופארן קיין אנטווערפען, זייענדיג אונטערוועגנס קיין לאנדאן, זיך דורכצושמועסן מיט'ן רבי'ן איבער די הוצאה לאור פון פרישע ספרי החסידות וואס דער מכון גרייט זיך ארויסצוגעבן לאור עולם. די רבי שליט"א האט דורש געווען בשלום אביו כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א און דערנאך…

Read more