ירושלים: הילולא קדישא פון הרה"ק רבי משה מלעלוב זי"ע ביי נכדו האד' מלעלוב
זונטאג פ' שמות • ט"ו טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN
זונטאג פ' שמות • ט"ו טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN
זונטאג פ' שמות • ט"ו טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אייזיק י., JDN פארלאפענעם שבת פ' ויגש איז כ"ק אדמו"ר מדזיקוב וויזניץ שליט"א געווען צוגאסט אויף שבת בקרב חסידיו אין שטאט בני ברק, כמנהגו פון רבי'ן יאר יערליך צו פראווענען א שבת מיט די חסידים אין בני ברק, די תפילות און טישן דורכאויס שבת האט די רבי אפגעראכטן אויף א געהויבענעם שטייגער בבית מדרשו אויף די בן יעקב גאס אין שטאט, וואו א הונדערטער חסידים ואנשי מעשה תושבי בני ברק האבן זיך דורכגעדרייט דורכאויס שבת נהנה צו זיין מאורו הבהיר פונעם רבי'ן.
מוצאי שב"ק פ' ויחי • י"ד טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א אייזנבאך תלמידי וחסידי קרעטשניף סיגעט זענען נאך אונטערן רישומא דקדושה פונעם געהויבענעם מעמד "יזכור אהבתו" וואס איז אפגעראכטן געווארן ברוב פאר והדר דעם פארלאפענעם דינסטאג אויפדערנאכט מוצאי עשרה בטבת, אינעם פראכטפולן "פבליון" זאל וואס געפינט זיך בגלילות ירושלים עיה"ק, אין שפיץ פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א. צו דעם מעמד הגדול, זענען געלאדענט געווארן אלע בני הקהלה הקדושה, כאיש אחד בלב אחד, זיך אינאיינעם מחזק צו…
דאנערשטאג פ' ויחי • י"ב טבת | בחצרות הקודש האדמו"ר מפינסק קארלין ביים שלום נעמען פון האדמו"ר מפאפא נאכן מיטדאווענען תפילת מנחה אינעם רבינס מנין היינטיגן דאנערשטאג נאכמיטאג. האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה אין א באגעגעניש מיט גאב"ד מאקאווא בעת זיין אין באזוך אין קרית אתא פאריגע וואך. האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג אין א ריקוד מיטן פלאמעניק הרה"ג ר' הערשל ווייס שליט"א מרבני ק"ק צאנז קלויזענבורג ביי די חתונה די וואך פון בנו החתן. לעורר זכות אבות: אן אינטערסאנטע ערשיינונג ביים חתונה די וואך בשמחת בית…
פרייטאג פ' ויחי • י"ג טבת | בחצרות הקודש ברוך דיין האמת: מיט פארווייטאגטע געמיטער האבן חסידי גור זיך היינט געזענט פון האי גברא רבא הגאון החסיד רבי יהודה אריה זילבערשטיין זצ"ל רב דחסידי גור אין בני ברק וואס איז נפטר געווארן לבית עולמו אין עלטער פון 67 יאר. ער איז געווען א זון פון הגה"ח ר' זאב זילבערשטיין זצ"ל רב דחסידי גור אין בני ברק, און אן איידעם ביי יבלחט"א הרה"ח רבי שמואל מלבסקי הי"ו מחשובי חסידי גור אין בני ברק. א קורצע צייט נאך זיין חתונה איז ער שוין נסמך געווארן להוראה דורכך פוסק הדור…
דאנערשטאג פ' ויחי • י"ב טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN שמחת החתונה פון די כלה יונגסטער קינד פון כ"ק אדמו"ר מפאלטישאן שליט"א, מיט די חתן א זון פון הרה"צ ר' אברהם פאנעט שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מדעעש קרית יואל שליט"א, אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מקאסאן שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין די זאלן פון עטרת גאלדא אין בארא פארק, מיט דאס השתתפות פון הונדערטער חסידים און מעריצים פון אלע הויפן, ובראשם אדמור"ים ורבנים קרובי המשפחה.
דאנערשטאג פ' ויחי • י"ב טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN
דאנערשטאג פ' ויחי • י"ב טבת | בחצרות הקודש א הערליכער שבת קודש איז פאריבער אין מירון מיט כ"ק אדמו"ר מישועת יעקב סקולען שליט"א, וואס איז געקומען קיין ארץ ישראל באזוכן די מוסד חסד לאברהם אין מירון און מתפלל זיין ביי די מקומות הקדושים לקראת דער חתונה פון בנו החתן נ"י בשעטומ"צ. דער רבי האט געלאנדעט דאנערשטאג צופרי על אדמת ארץ הקודש. אינעם לופטפעלד האט אפגעווארט א גרויסע צאל חסידים ומעריצים ובראשם דער פעטער הגה"צ אב"ד סקולען בני ברק שליט"א. דער רבי איז אריינגעפארן קיין בני ברק וואו ער האט געדאונט…
דאנערשטאג פ' ויחי • י"ב טבת | בחצרות הקודש א הערליכער שבת קודש איז פאריבער אין מירון מיט כ"ק אדמו"ר מישועת יעקב סקולען שליט"א, וואס איז געקומען קיין ארץ ישראל באזוכן די מוסד חסד לאברהם אין מירון און מתפלל זיין ביי די מקומות הקדושים לקראת דער חתונה פון בנו החתן נ"י בשעטומ"צ. דער רבי האט געלאנדעט דאנערשטאג צופרי על אדמת ארץ הקודש. אינעם לופטפעלד האט אפגעווארט א גרויסע צאל חסידים ומעריצים ובראשם דער פעטער הגה"צ אב"ד סקולען בני ברק שליט"א. דער רבי איז אריינגעפארן קיין בני ברק וואו ער האט געדאונט…
דאנערשטאג פ' ויחי • י"ב טבת | בחצרות הקודש מיט פארווייטאגטע געפילן האבן הונדערטער חסידי פשעווארסק און פילע תושבי אנטווערפן אפגעגעבן דעם כבוד האחרון פארן געטרייע גבאי און משמש בקודש פון צדיקי בית פשעווארסק הרה"ח ר' שמואל ברוך נאה ז"ל, וועלכע האט אויסגעהויכט זיין נשמה אין עלטער פון זעקס און אכציג יאר. די לוויה איז ארויס אין די מיטאג שטונדן פארט פון די בנין הקהילה מחזיקי הדת אויף די יאקאב יאקאב גאס אין אנטווערפען, וואו עס האט מספיד געווען דער מרא דאתרא הגאון הגדול גאב"ד אנטווערפען שליט"א,…