העד-ליין-3

מוצאי עשרה בטבת: הילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מוואסלוי זצוק"ל בצל בנו האד' מוואסלוי

דאנערשטאג פ' ויחי • י"ב טבת | בחצרות הקודש דעם דינסטאג נאכט ליל י"א טבת איז אויסגעפאלן די יומא דהילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מוואסלוי זצ"ל, בנו ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מוואסלוי שליט"א האט אפגעראכטן דעם שולחן הטהור וסעודת הילולא מוצאי עשרה בטבת בבית מדרשו אין בני ברק, און אויפצומארגנס מיטוואך נאכמיטאג ארויף צום ציון הק' אויפן בית החיים נחלת יצחק אין גבעתיים, בחלקת אדמור"י בית רוזין.

Read more

אהל הק' פון כ״ק אדמו״ר הרה״ק מטאהש זצוק״ל וואנדאליזירט; פאליציי אין געיעג נאך די פארברעכער

מיטוואך פ' ויחי • י"א טבת | בחצרות הקודש חסידי טאהש אומעטום און תושבי קרית טאהש בפרט, האבן מיט אנגסט אויפגענומען די ידיעה איבער דעם חילול הקודש אינעם אהל פון כ״ק אדמו״ר הרה״ק מטאהש זצוק״ל, וואס איז וואנדאליזירט געווארן דורך א גרופע כוליגאנעס וואס האבן זיך איינגעבראכן אינעם אהל הק'. די וואנדאלן האבן זיך אריינגעבראכן אינעם אהל פארלאפענעם מוצש״ק, וואס איז דאן שפעט אויפדערנאכט געווען ליידיג פון מתפללים, און ווי מ׳זעט אויף די זיכערהייט קאמערעס, האבן זיי בעיקר געזוכט צו באראבעווען די געלטער פון די…

Read more

שבת התכנסות פאר עדת חסידי סקווירא לאנדאן וועט פארקומען בראשות הרה"צ ר' יצחק טווערסקי שליט"א מסקווירא

מיטוואך פ' ויחי • י"א טבת | בחצרות הקודש חסידי סקווירא אין עיר הבירה לאנדאן האבן מיט גרויס עקסטאז אויפגענומען דעם אורח הגדול הגה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט"א בנו יקירו פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, וועלכע איז אנגעקומען בשערי העיר לאנדאן אויף א ביקור הוד בשליחות הקודש פונעם מר אביו דער סקווערער רבי שליט"א, לחיזוק ולביסוס הקהלה והמוסדות פון חסידי סקווירא אין לאנדאן. דער קלימאקס פון די געהויבענע ביקור כבוד וועט זיין דעם שבת קודש פרשת ויחי, ווען עס וועט אפגעראכטן ווערן א "שבת התכנסות" פאר כלל…

Read more

חותן המלך: האד' מלעלוב רעכט אפ מסיבת לחיים לכבוד הילולא קדישא פון חותנו הרה"ק מתולדות אהרן זצ"ל ג' דחנוכה

מיטוואך פ' ויחי • י"א טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: ארי פריינד,JDN לכבוד די הילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מתולדות אהרן זצ"ל בעל דברי אמונה ביום כ"ז כסליו דעם דריטן טאג חנוכה, האט חתנו כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א מעריך געווען א שולחן לחיים ברוב עם, בבית מדרשו אין שטאט בארא פארק. דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד נאכן הדלקת נרות חנוכה וואס די רבי האט אפגעראכטן בביתו נאווה קודש. די רבי האט צוערשט געצינדן ליכט און אנגעהויבן א ניגון שמחה. דאן האט מען געהאט די זכיה צו הערן דברות קודש פונעם…

Read more

שיינעם ציבור ביי יערליכע מלוה מלכה לטובת ביהמ"ד בית יוסף דאמבראווא אין בארא פארק

מיטוואך פ' ויחי • י"א טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברמי בערגער,JDN דעם מוצאי שבת איז כמידי שנה בשנה אפגעהאלטן געווארן די יערליכע מלוה מלכה לטובת ביהמ"ד בית יוסף דאמבראווא אין בארא פארק בנשיאות כ"ק אדמו"ר מדאמבראווא שליט"א וועלכער פירט אן ווייטער דעם בית המדרש פון אביו כ"ק אדמו"ר מדאמבראווא זצ"ל, און איז משפיע פאר אידישע קינדער תורה וחסידות במדה גדושה. בראש המסובים ביי די מסיבה של מצוה האבן זיך משתתף געווען פילע רבני העיר ובראשם די צוויי שוואגערס פונעם דאמבראווא רבי'ן, כ"ק אדמו"ר…

Read more

תושבי מעלבארן באגלייטן למנוחות הרבנית מרת בילא בעק ע"ה אלמנת הגה"צ גאב"ד מעלבארן זצ"ל

דינסטאג פ' ויחי • י' טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN תושבי מעלבארן אוסטראליע האבן דעם זונטאג פארמיטאג אפגעגעבן דעם כבוד האחרון ביים מסע הלוויה פון די חשובע רעבעצין הרבנית מרת בילא בעק ע"ה, אלמנת כ"ק הגה"צ רבי אברהם הערש הלוי בעק זצ"ל גאב"ד דקהל עדת ישראל מעלבארן און בעל ויצב אברהם וועלכע איז דעם לעצטן שבת קודש נפטר געווארן אין טיפן עלטער פון ניינציג יאר. טראץ וואס אין אוסטראליע האלט מען אצינד אין סאמע ברען פונעם זומער סעזאן און פילע איינוואוינער געפונען זיך אויף די בערג, איז א גרויסער…

Read more