העד-ליין-3

בארא פארק: שמחת הברית פון הרך הנולד אור אייניקל ביי האדמור"ים מבאבוב 45 און סטריזוב

דינסטאג פ' ויחי • י' טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אייזיק י דעם אנהייב וואך איז פארגעקומען די שמחת הברית פון א אור אייניקל ביי כ"ק האדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א, א אייניקל ביי חתנו הרה"צ ר' שמחה רובין שליט"א מנהל רוחני בישיבת אור ישראל בן הגה"צ רבי חיים יעקב רובין שליט"א אבד"ק ציעשנוב שליט"א און אייניקל ביי כ"ק האדמו"ר הישיש מסטריזוב שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען במעונו פונעם עלטער זיידן דער סטריזובער רבי אין בארא פארק, נאכגעפאלגט מיט די סעודת מצוה אינעם בנין ביהמ"ד הגדול באבוב 45 אין בארא פארק.

Read more

געהויבענער שבת מיט כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א אין אתרא קדישא מירון בצל כנפיו פון התנא רשב"י

דינסטאג פ' ויחי • י' טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: דוד מלכה, מ. אדלער,JDN א שיינעם שבת איז געפראוועט געווארן די וואך פרשת ויגש בצל הקודש פון כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א אין אתרא קדישא מירון אינאיינעם מיט א גרויסן קבוצה תלמידים וחסידים וועלכע האבן ווי יאר יערליך מיטגעהאלטן דעם שבת עילאה במחיצתו פונעם רב שליט"א, א שבת שכולו עונג רוחני בצל כנפיו פון התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי. ערב שבת האט דער רב שליט"א געדאוונט תפילת מנחה ביים קבר התנא רבי יוחנן הסנדלר און דערנאך איבערגעגעבן א שמועס מעניני…

Read more

דעטרויט – שיקאגא – מאנטריאל: האד' מלוצק נעמט אונטער לענגערע מסע הקודש לערי הגולה

דינסטאג פ' ויחי • י' טבת | בחצרות הקודש אין די טעג האט כ"ק אדמו"ר מלוצק שליט"א אונטערגענומען א לענגערע נסיעה לערי הגולה אין אמעריקא און קאנאדע, מחזק צו זיין עדת צאן מרעיתו, חסידיו ומעריציו צווישן די שטעט. דעם אנהייב וואך איז דער רבי אפגעפלויגן קיין דעטרויט אין מישיגן אויף א קורצע באזוך אויפצונעמען דעם ציבור לעצה ולברכה און פוקד זיין דעם ציון הק'  פונעם פעטער הרה"ק רבי יעקב חיים מסטאלין זי"ע וואס ליגט באערדיגט אויפן בית עלמין אין דעטרויט. פון דארט וועט די רבי שליט"א ממשיך זיין די נסיעה קיין…

Read more

עוז ואורה: גרויסן ציבור ביי חגיגת הכנסת ספר תורה צום ביהמ"ד הגדול סקולען ירושלים

דינסטאג פ' ויחי • י' טבת | בחצרות הקודש א שיינעם מעמד הכנסת ספר תורה איז געפראוועט געווארן דעם מיטוואך ויגש העעל"ט, פארן ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן צום ביהמ"ד הגדול סקולען ירושלים אויף רחוב חנה, לע"נ הרב החסיד ר' יעקב צבי וויינגארטן ע"ה, נדבת לבם פון זיינע חשובע קינדער. די מעמד האט זיך אנגעהויבן ביים סיום כתיבת האותיות אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' יצחק משה יאגודה שליט"א אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מסקולין ירושלים שליט"א וועלכע האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות און דערנאך אפגעראכטן א…

Read more

האד' מאמשינוב אויף א באזוך ביים שוואגער האד' מקוזמיר נאכן וויילן שבת אין בני ברק

מאנטאג פ' ויחי • ט' טבת | בחצרות הקודש כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א וואס איז צוגאסט די טעג אין שטאט בני ברק, נאכן געהויבענעם שבת וואס די רבי האט געפראוועט אין שטאט די וואך פרשת ויגש העעל"ט, איז היינט אויפדערנאכט אריבערגעגאנגען אויף א באזוך למעונו פונעם שוואגער כ"ק אדמו"ר מקוזמיר שליט"א. דער רבי שליט"א האט געמאכט דעם וועג צופיסנס פון די אכסניא, היות ער האט נאכנישט געמאכט הבדלה פון שבת כדרכו בקודש. דער קוזמירער רבי שליט"א מקבל פנים געווען דעם רבי'ן שליט"א מיט א געוואלדיגע שמחה, און נאך שאילת שלום…

Read more

כינוס פאר תלמידי ישיבה קטנות דחסידי סקווירא פון אלע סניפים לרגל התייסדות מפעל 'עוסקים בתורה'

מאנטאג פ' ויחי • ט' טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: איצי מ. פארלאפענעם מאנטאג זאת חנוכה האבן זיך פארזאמלט די אריבער זיבן הונדערט תלמידי ישיבות קטנות דחסידי סקווירא פון איבער גרעיטער ניו יורק, ניו דזשערזי און קאנאדע, אויף אן ערשטמאליגן כינוס מיטן נאמען עוסקים בתורה. די מעמד איז פארגעקומען אין די זאלן פון עטרת טשארנא, ווי עס האבן זיך באטייליגט די תלמידים פון די סקווירא ישיבות קטנות פון בארא פארק, וויליאמסבורג, מאנסי, שיכון סקווירא, מאנטיסאלאו, לעיקוואוד און מאנטריאל, אין שפיץ פונעם רבינ'ס זון…

Read more