הרחיבי אהלך

בהיכל המלך: חתונה בחצר הקודש תולדות אברהם יצחק וועט ערשטמאליג פארקומען אין נייעם ביהמ"ד הגדול

דאנערשטאג פ' שמות • י"ט טבת | בחצרות הקודש בחדוה עילאה גרייטן זיך מאסן חסידי תולדות אברהם יצחק מיטצולעבן די געהויבענע שמחת נישואין בחצר הקודש, וועלכע וועט אפגעראכטן ווערן ברוב פאר והדר דעם קומענדיגן מיטוואך בא הבעל"ט. די דאזיגע שמחה ברענגט אויף גרויס התרגשות ביי די חסידים, ווען צום ערשטן מאל וועט די חתונה געפראוועט ווערן אינעם נייעם היכל ביהמ"ד הגדול דחסידי תולדות אברהם יצחק אין די מאה שערים געגענט, וועלכע איז נישט לאנג צוריק פארענדיגט געווארן כלול בהדרו צו די הרחבת הדעת פון די טויזנטער…

Read more

גייסטרייכער מעמד פתיחת שערים וחנוכת הבית פון נייעם פראכטפולער ביהמ"ד "ישראל שלום" אין קרית יואל

פרייטאג פ' ויחי • י"ג טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אייזיק י. אין דער שטאט קרית יואל האט זיך דעם שבת פ' ויגש געעפענט די טוירען פון דער נייער היכל ביהמ"ד "בית ישראל שלום" דקהל יטב לב אין "שכונת ויואל משה", געבויט און אהערגעשטעלט ברוב פאר והדר דורכ'ן בונה השכונה הרבני הנגיד ר' עקיבא צבי קליין הי"ו ע"ש זקינו הרבני החסיד המפו' ר' ישראל שלום גאלדבערגער ז"ל. די מעמד קביעות מזוזה וחנוכת הבית איז פארגעקומען דעם מוצאי שבת ברוב עם הדרת מלך, אין שפיץ פונעם מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. ביים…

Read more

גייסטרייכער מעמד פתיחת שערים וחנוכת הבית פון נייעם פראכטפולער ביהמ"ד "ישראל שלום" אין קרית יואל

פרייטאג פ' ויחי • י"ג טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אייזיק י. אין דער שטאט קרית יואל האט זיך דעם שבת פ' ויגש געעפענט די טוירען פון דער נייער היכל ביהמ"ד "בית ישראל שלום" דקהל יטב לב אין "שכונת ויואל משה", געבויט און אהערגעשטעלט ברוב פאר והדר דורכ'ן בונה השכונה הרבני הנגיד ר' עקיבא צבי קליין הי"ו ע"ש זקינו הרבני החסיד המפו' ר' ישראל שלום גאלדבערגער ז"ל. די מעמד קביעות מזוזה וחנוכת הבית איז פארגעקומען דעם מוצאי שבת ברוב עם הדרת מלך, אין שפיץ פונעם מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. ביים…

Read more

חסידי צאנז קלויזענבורג אויפגענומען מיט פרייד התייסדות פון נייעם תלמוד תורה אין עיר התורה והחסידות בני ברק

דאנערשטאג פ' ויחי • י"ב טבת | בחצרות הקודש חסידי צאנז קלויזענבורג אין ארה"ק בפרט און אומעטום בכלל, האבן מיט פרייד אויפגענומען די בשורה מרנינה, איבער דעם התייסדות פון די נייע תלמוד תורה דחסידי צאנז קלויזענבורג אין עיר התורה והחסידות בני ברק, וואס ווערט געעפענט צום קומענדיגן זמן הלימודים, בפקודת וברכת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א. די צאנז קלויזענבורגער קהלות אין ארה"ק גייען אן לשם ולתפארת, מיט בתי מדרשים אויף אלע מקומות וואו עס וואוינען חסידי צאנז קלויזענבורג האלטן זיך צוזאמען…

Read more

האד' מסאטמאר באזוכט די בוי ארבעט ביי די נייע פראכטפולע תקנה חתונה זאלן ״עדן יואל״ און ״עדן אלטא פייגא״

זונטאג פ' ויחי • ח' טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אחים לעטשעווסקי דעם פארלאפענעם דאנערשטאג נאכמיטאג האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א באזוכט אין די בוי ארבעט ביי די צוויי שפאגל נייע פרעכטיגע חתונה תקנות זאלן, וואו עס זעצט פאר די פיהערהאפטיגע עבודת הבני' מיט א גאלאפירענדע שנעלקייט, זיך גרייטנדיג בקרוב ממש אפצורעכטן  די ערשטע חתונות צווישן די ווענט פון די צוויי נייע זאלן  וואס וועלן שטארק לינדערן די קריזיס פון חתונה זאלן אין שטאט און די אומגעהויערע חתונה קאסטן פון מחותנים.  די זאלן ווערן…

Read more

תורה מציון: נייע תלמוד תורה דחסידי באבוב-45 אין ירושלים וועט געעפנט ווערן צום שנת הלימודים תשפ"ז

מוצאי שבת פ' ויגש • ז' טבת | בחצרות הקודש א שטראם פון שמחה וחדוה נעמט ארום די פילצאליגע חסידי באבוב 45 תושבי עיר הקודש ירושלים, מיט די בשורה טובה ומשמחת אז בהורמנותא דמלכא פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א וועט צום קומענדיגן לערן יאר שנת תשפ"ז געעפנט ווערן א נייע תלמוד תורה דחסידי באבוב 45 אין ירושלים. קהילת באבוב 45 אין עיר הקודש ירושלים באשטייט פון א הערליכן ציבור חסידים ואנשי מעשה, ציילנדיג שוין כהיום ביי אריבער "הונדערט משפחות" בליעה"ר, כן ירבו. שוין א לענגערע צייט וואס מ'פלאנירט צו גיין…

Read more

האד' מטאהש שטאט אפ גאר דערהויבענע באזוכן אין ישיבות הקדושות און תלמוד תורה דחסידי טאהש אין ניו יארק לכבוד חנוכה

מיטוואך פ' מקץ • כ"ז כסלו – ג' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש ווי באריכטעט איז כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א אנגעקומען דעם מאנטאג אויף א קורצן באזוך קיין ניו יארק לכבוד די שמחת התנאים פון אן אייניקל, און האט דערביי געצינדן די נירות ברוב עם הדרת מלך, בקרב חסידי טאהש אין ניו יארק. גלייך ביים אנקומען קיין ניו יארק איז דער רבי שליט״א צוגעפארן אויף א באזוך אין בנין ישיבה גדולה תורת משולם ד'טאהש אין טשעסטער, וואו דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די סדרי ימי חנוכה אין ישיבה, און די בחורים געהאט די זכי' צו…

Read more

מאנסי: געהויבענע מעמד "קביעת מזוזה" פון נייעם בנין ישיבת דברי חיים בנין ראזנבערג בראשות האד' מדינוב

דינסטאג פ' מקץ • כ"ו כסלו – ב' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: איצי מ.,JDN פאראנגענע וואך דאנערשטאג איז געווען א יום שמחה אין די בארימטער ישיבה גדולה דברי חיים אין שטאט מאנסי, ווען עס איז פארגעקומען די מעמד קביעת מזוזות פאר די פרישער הערליכער "בנין ראזנבערג" וואס איז געבויט געווארן פאר די  ישיבה, בנדבת ליבו הטוב פון הרבני הנגיד מוה״ר אברהם יודא ראזנבערג הי״ו פון וויליאמסבורג. דער מעמד איז באשיינט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א וועלכער איז ספעציעל ארויסגעקומען קיין מאנסי,…

Read more

גיגאנטישער בנין של חסד דק"ק באבוב וועט אויפגעבויט ווערן אין צענטער פון בארא פארק

מאנטאג פ' מקץ • כ"ה כסלו – א' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש תושבי בארא פארק בכלל, און חסידי באבוב בפרט האלטן מיט פרייד דעם הרחבת גבולי החסד והטהרה וואס גייט אן אין די שטאט, צו קענען נאכקומען דעם געברויך פון די אלפי החסידים וואס זענען כסדר זיך חוסה בצ"ק פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א. אין די טעג האט מען אנגעהויבן מיט דעם מלאכת הבני' אהערשטעלן דעם נייעם גיגאנטישן "בנין של חסד" אין צענטער פון בארא פארק, וואס וועט אנטהאלטן די פילצאליגע חסד-פראיעקטן פון די קהלה, ובפרט די הערליכע שמחה-זאלן וואו עס…

Read more

הנהלת מוסדות סאטמאר מאנטריאל מעלדט פרייליכער אפקויף פון נייער גיגאנטישער "בנין המוסדות"

זונטאג פ' מקץ • כ"ד כסלו – ערב יו"ט חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש אינעם אנגייענדער קייט פון הרחבת גבולי הקדושה דורך ק"ק ומוסדות סאטמאר האבן חסידי סאטמאר בכלל און תושבי מאנטריאל בפרט אויפגענומען די בשורה מרנינה איבער א מולטי מיליאן דאלאר'דיגע גמר המקח, ווען די הנהלת המוסדות איז אריין אין קאנטראקט אויף א גיגאנטישער פינף שטאקעדיגער בנין פון איבער 60,000 סקווער פיס וואס וועט דינען אלס א אכסניא של תורה פארן תלמוד תורה החדש והמפואר אויף די קומענדיגער יארן,  וואו די תלמידים וועלן בעזהשי״ת ווייטער…

Read more