הרחיבי אהלך

מעמד קביעת מזוזה ביים נייעם צייטווייליגער בית המדרש החדש דקהל יטב לב "שכונת פאירט וואורד" בראשות האד' מסאטמאר

דאנערשטאג פ' וישב • כ"א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם פארגאנגענעם ליל ששי וישלח העעל'ט איז פארגעקומען דער מעמד "קביעת מזוזה" פארן נייעם צייטווייליגער בית המדרש דקהל יטב לב אין שכונת "פאירט וואורד" אין בלומינגגראוו – קרית יואל, בראשות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. אין די לעצטערע וואכן האט מען געשלאסן די מקח אויף א נייע ריזיגע שטח אויף די פירר וואורדי גאס אין שכונת בלומינגראוו קרית יואל, אויפצובויען דערויף א פראכטפולער ריזיגער בבית המדרש החדש פאר די גאנצע אומגעגענט. אויף דעם פארגאנגענעם שבת קודש…

Read more

נייע שמחה-זאלן "שובע שמחות" באנייט אין שיכון סקווירא צו פראווען ביליגע שבתות של שמחה

דאנערשטאג פ' וישב • כ"א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: איצי מ.,JDN אין שיכון סקווירא איז דעם שבת קודש באנייט געווארן די נייע שמחה־זאלן "שובע שמחות", וואס גיט די מעגליכקייט פאר מחותנים צו פרייען שבת שבע ברכות אויף א ביליגן פארנעם, אזוי צו קענען פראווען די שמחות בשמחה וטוב לבב. די נייע שמחה־זאלן זענען אהערגעשטעלט געווארן אינעם בנין התלמוד תורה דשיכון סקווירא "בנין האלפערין" דורך דעם מפעל "שובע שמחות" שע"י ק"ק סקווירא, וואס גיט זיך אפ מיט פעולות נשגבות צו פארלייכטערן פאר בעלי שמחה בעת…

Read more

האד' מסערט וויזניץ באזוכט אין אויפבליענדע ישוב רמה ד' בית שמש לרגל פרישע הרחבת גבולים בקרב ק"ק סערט וויזניץ

דאנערשטאג פ' וישב • כ"א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם וואך איז כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך אין די נייע בליענדע יישוב אין רמה ד' בית שמש, וואו עס האט זיך אין די לעצטע תקופה אנטוויקלט א הערליכע קהילה ומוסדות דחסידי סערט וויזניץ. צוערשט איז די רבי אנגעקומען אויפן שטח וואס די שטאטראט אין בית שמש האט דעזיגנירט פארן נייעם סערט וויזניצער ביהמ"ד, די רבי איז ארויף צו א דירה פון איינע פון די אינגעלייט, און פון דארט זיך אומגעקוקט אויפן שטח רחבת ידים, און קובע געווען…

Read more

תבנה ותכונן: פרישע אויסברייטערונג פון גיגאנטישער ביהמ"ד הגדול "בית וויזניץ" באשטעטיגט

מיטוואך פ' וישב • כ' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט אויסטערלישע שמחה ווערט אויפגענומען ביי חסידי וויזניץ אלוועלטליך איבער די ענדגילטיגע פלענער וואס איז באשטעטיגט געווארן אין די יעצטיגע טעג איבער "שלב ב'" אין די איבערבוי-פראיעקט פון די גיגאנטישע "בית וויזניץ" אין בני ברק, דער בית אדיר וקדוש אשר כל בית וויזניץ אליה נשואות. ווי ברייט בארימט איז דער יעצטיגער גיגאנטישער בית וויזניץ נתחנך געווארן מיט עטליכע יאר צוריק, לכבוד ראש השנה שנת תשפ"ב, נאך א מאסיווע בוי אונטערנעמונג וואס איז אנגעגאנגען…

Read more

חנוכת הבית פאר נייע בנין הישיבה קטנה דוויען געפייערט ביי מעמד "נחלת בחוריך" אינאיינעם מיט שבע ברכות אין רבינס הויף

מיטוואך פ' וישב • כ' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אשי וויינגארטען,JDN א גייסטרייכע מעמד איז פארגעקומען פארלאפענע וואך בחצר הקודש וויען, ווען עס איז געפראוועט געווארן די מעמד חנוכת הבית פאר די נייע בנין הישיבה קטנה, וואס איז פראכטפול פארענדיגט געווארן אין די לעצטע חדשים, און איז באנייעט געווארן אין א מזל'דיגע שעה צום יעצטיגן ווינטער זמן, ווען די תלמידי ישיבה קטנה זענען שוין עוסק בתורה אין דעם בנין עטליכע וואכן. די מעמד איז פארגעקומען אינאיינעם מיט די שמחת השבע ברכות פון א אייניקל…

Read more

הערליכער מעמד חנוכת הבית פארן ביהמ"ד החדש והמפואר טשענסקאוויץ אין מאנטעבעלאו – מאנסי

דינסטאג פ' וישב • י"ט כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN א שיינעם מעמד חנוכת הבית איז פארגעקומען אינעם ביהמ"ד החדש פאקשעוויץ אין די מאניבעלאו געגענט אין מאנסי, בנשיאות הגה"צ רבי יחיאל הלברשטאם שליט"א אבד"ק  טשענסקאוויץ. די מעמד איז פארגעקומען ברון שיר ושבח אינעם היכל הביהמ"ד וועלכער איז נארוואס פארענדיגט געווארן כלול בהדרו. בראש המסובים די רבני ואדמור"י העיר מאנסי, האט באשיינט כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א א מחותן מיטן  טשענסקאוויצער רב שליט"א, די רבי האט אפגעראכטן א מסיבת לחיים און…

Read more

מוצלח'דיגע מקח דורך ק"ק טשערנאביל אין אנטווערפען אויף בנין רחבת ידים פאר אייגענעם ביהמ"ד

זונטאג פ' וישב • י"ז כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי טשערנאביל אין שטאט אנטווערפען זענען איינגעהילט אין א פרייליכע שטימונג, ווען אין די יעצטיגע טעג האט די הנהלת הקהילה זוכה געווען צו שליסן א מוצלח'דיגע מקח, אויף א בנין רחבת ידים אין הארץ פון שטאט אנטווערפען, וואו עס וועט בעז"ה אויפגעבויעט ווערן א גרויסע נייע בית המדרש דחסידי טשערנאביל. די טשערנאבילער בית המדרש אין אנטווערפען תחת דגלו והדרכתו פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, איז אין די פאר יאר זינט איר התייסדות אויסגעשטיגן אלס א ריכטיגע…

Read more

מסובין בבני ברק: היסטארישער מעמד חנוכת הבית פארן בנין בית חינוך לבנות ד'סאטמאר אין בני ברק

מיטוואך פ' וישלח • י"ג כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם זונטאג ויצא העעל"ט נאכן דערהויבענעם שבת אין אתרא קדישא מירון איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א  אנגעקומען קיין בני ברק און תיכף צוגעפארן צום בנין החדש בית חינוך לבנות 'בית פיגא" דחסידי סאטמאר וואס איז באנייעט געווארן ביים ביקור המרומם פון רבי'ן אין שטאט. די רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן פראכטפולן בנין, דערנאך קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג און דערנאך ארומגעגאנגען זיך אומקוקן אויף אלע שטאקן. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים…

Read more

מסובין בבני ברק: היסטארישער מעמד חנוכת הבית פארן בנין בית חינוך לבנות ד'סאטמאר אין בני ברק

מיטוואך פ' וישלח • י"ג כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם זונטאג ויצא העעל"ט נאכן דערהויבענעם שבת אין אתרא קדישא מירון איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א  אנגעקומען קיין בני ברק און תיכף צוגעפארן צום בנין החדש בית חינוך לבנות 'בית פיגא" דחסידי סאטמאר וואס איז באנייעט געווארן ביים ביקור המרומם פון רבי'ן אין שטאט. די רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן פראכטפולן בנין, דערנאך קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג און דערנאך ארומגעגאנגען זיך אומקוקן אויף אלע שטאקן. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים…

Read more

הונדערטער חסידי טשערנאביל אנגעשלאסן מיט ברען צו העלפן בויען ביהמ"ד החדש טשערנאביל ביי מעמד "בית חיינו"

דאנערשטאג פ' ויצא • ז' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בלום,JDN על פי קריאת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א האבן זיך עדת חסידי טשערנאביל אין אמעריקא איינגעזאמלט ביים מעמד ועידת בית חיינו, לטובת די קרן הבנין פונעם ביהמ"ד החדש טשערנאביל אין שטאט בארא פארק, שוין עטליכע יאר וואס די קאנסטרוקציע ביים שטח הבני' פונעם נייעם ביהמ"ד פיבערט מיט העפטיגע בוי ארבעט, עס קומען און גייען טאג טעגליך פילע ארבעטער וואס זענען מנצח על מלאכת בית השם, צו באגלייטן די בוי ארבעט און צופלייסן דעם…

Read more