הרחיבי אהלך

גאב"ד סאטמאר מאנסי באזוכט פראכטפולע נייע חתונה תקנות זאל ׳עטרת גנענדיל׳ אין בנין פון מוסדות סאטמאר מאנסי

דאנערשטאג פ' ויצא • ז' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש די וואך האט כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א אפגעהאלטן א באזוך אין די נייע פראכטפולע ׳עטרת גנענדיל׳ זאל וואס איז סטאנציאנירט אינעם בנין פון די סאטמארער מיידל שולע בית אסתר אויף סאוט מעדיסאן עוועניו אין מאנסי. די רב שליט"א האט זיך אומגעקוקט ביי די לעצטע שטאפלען פון די בוי ארבעט אינאיינעם מיט'ן נדיב הרה"ח ר' מאיר משה יאקאבאוויטש הי"ו נדבן שם הבנין פונעם מיידל שולע ׳בנין יאקאבאוויטש׳. נאכן זיך אומקוקן אינעם זאל איז אפגעראכטן געווארן א מסיבת לחיים ביי…

Read more

מעמד יציקת היסודות בראשות האד' מסאטמאר אין היימישן קימפעטארין היים אין טעלזסטאון

דאנערשטאג פ' תולדות • כ"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר נעכטן מיטוואך אויפדענאכט נאכן באזוך פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין שטאט בית שמש, האט די רבי שליט"א אפגעשטאט אין טעלזסטאון, אונטערוועגנס צוריק קיין ירושלים, וואו עס איז פארגעקומען דער מעמד יציקת היסודות פאר א נייע פליגל פונעם היימישן קימפעטארין היים "בית החלמה ליולדות“, וועלכער ווערט מאסיוו פארברייטערט צו קענען נאכקומען די נאכאנאנדע וואוקס פונעם היימישן ציבור. ביים אנקומען האבן אפגעווארט דעם רבי'ן, הרב גבריאל…

Read more

בשעה טובה ומוצלחת: נייע יישוב דחסידי וויזניץ בית שמש אין שטאט עמנואל באשטעטיגט

מיטוואך פ' תולדות • כ"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס פרייד גרייט מען זיך בחצר הקודש וויזניץ בית שמש צו א היסטארישע אונטערנעמונג פון הרחבת גבולי הקדושה, מיטן אוועקשטעלן א נייע מקום מושב דחסידי וויזניץ בית שמש אין שטאט עמנואל, אלס א לעזונג פאר'ן שווערן דירות קריזיס און דעם מאנגל אין פאסיגע וואוינערטער אין די גרויסע שטעט פון ארץ ישראל. נאך א תקופה וואס די כסדר'דיגע וואוקס פון פרישע משפחות שטייגט בליעה"ר אויף א שטוינענדע פארנעם, און דערצו זענען די וואקסענדע הויכע דירות פרייזן אין שטאט בית…

Read more

האד' מטאהש פראוועט התרגשות'דיגער מעמד קביעות מזוזה אין "ישיבה גדולה תורת משולם פייש ד'טאהש" אין ניו יארק

דינסטאג פ' תולדות • כ"ז חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש נעכטן מאנטאג האט כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א אפגעשטאט א באזוך אין די נייע "ישיבה גדולה תורת משולם פייש ד'טאהש", וועלכע האט געעפענט אירע טויערן צום יעצטיגן נייעם זמן הלימודים תשפ"ו, ברוב פאר והדר מיט א שטארקע הצלחה בסייעתא דשמיא. אנקומענדיג האט דער רבי שליט"א קובע מזוזה געווען אין בנין הישיבה המפוארה, און דערביי אויך מכבד געווען דעם מנהל הרה"ג רבי מענדל וואלף האלצער שליט"א קובע צו זיין א מזוזה. דערנאך איז פארגעקומען א התרגשות'דיגע מעמד לחיים, וואו…

Read more

"כינוס עסקנים" בחצה"ק זוטשקא אלס הכנה צום ויעדה הגדולה "כי בא אורך" צום אויפבוי פון ביהמ"ד הגדול והחדש זוטשקא

מוצאי שב"ק פ' חיי שרה • כ"ג חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש ווי שוין ברייט באריכעט, האט מען דעם פארגאנגענעם חודש תשרי באנייעט דער צייטווייליגער נייער היכל הגדול פונעם זוטשקא הויף אין בני ברק, הארט נעבן דעם ביז יעצטיגן בית המדרש, צו קענען אקאמאדירן דעם גרויסן ציבור המסתופפים בצל קדשו פון כ"ק אדמו"ר מזוטשקא שליט"א, אצינד ווען מען גרייט זיך צום בעפארשטייענדע מעמד אדיר "כי בא אורך", וואס וועט פאראייניגן הונדערטער חסידים ובאי חצר הקודש זוטשקא, ווי מען וועט אריינטאנצן אין א אלוועלטליכע קאמפיין…

Read more

הרחיבי מקום אהלך: נייע קהילה דחסידי קארלין סטאלין אין האוועל ניו דזשערזי נעבן לעיקוואד

מאנטאג פ' חי שרה • י"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש אין האוועל ניו דזשערזי נעבן לעיקוואד איז אין די יעצטיגער וואכן געגרינדעט געווארן א נייע קהילה דחסידי קארלין סטאלין, אלס אן אפצווייג פון די קהילה הקדושה קארלין סטאלין אינעם דערנעבנדיגער עיר התורה לעיקוואד. נאך וואס עטליכע און צוואנציג היימישע משפחות האבן זיך ארויסגעצויגן קיין האוועל, בברכת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א, וועלכער האט זיך נאכגעפרעגט אויף אלע דעטאלן און אנגעוויזן א רייע מיט הדרכות און הוראות פאר'ן נייעם מקום מושב אז עס…

Read more

פייערליכער שטימונג אין לינדען צום פתיחת השערים פון נייעם ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב דסאטמאר

דאנערשטאג פ' וירא • ט"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם פארלאפענעם שב"ק לך לך, האבן הונדערטער סאטמארער חסידים אין שטאט לינדען געפראוועט מיט גרויס פרייד די עפענונג פונעם נייעם ביהמ"ד דקהל יטב לב אין שטאט, וואס איז געעפנט געווארן אויף דעם שב"ק כליל בהדרו מיט אלע צוגעהערן. דער הערליכער ביהמ"ד איז געבויט געווארן דורכאויס די פארגאנגענע תקופה, ווען נגידי סאטמאר האבן זיך געלאזט קאסטן גרויסע סכומים צו קענען פינאנצירן דעם בוי פראיעקט און אהערשטעלן דעם פראכטפולן ביהמ"ד לשם ולתפארת. אין שפיץ פון דעם…

Read more

הערליכער "מעמד פתיחת השערים" צום ערשטער זמן החורף אינעם ניי–געגרינדעטן "מתיבתא תורה ויראה" ד'סאטמאר

מיטוואך פ' וירא • י"ד חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש א גאר דערהויבענע מעמד התחלת הזמן ופתיחת הישיבה איז אפגעראכטן געווארן דעם דאנערשטאג נאכמיטאג אינעם ניי-געגרינדעטע "מתיבתא תורה ויראה" ד'סאטמאר וואס האט נארוואָס געעפענט די טויערן אין א פראכפטולע לאקאל אין שטאט מאנסי. ווי ברייט באריטעט דעם זומער האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מייסד געווען די נייע "מתיבתא תורה ויראה" געאייגנט  אלס מקום תורה מיט א ספעציעלער מסגרת פאר די מער עלטערע בחורים יוצאי ישיבה גדולה ד'סאטמאר, נאכן משלים זיין זייערע…

Read more

התכנסות רבתי און חגיגה מפוארה חנוכת הבית בחצה"ק סאדיגורא לאנדאן געפייערט ברוב פאר והדר

דינסטאג פ' לך לך • ו' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: דודי בראון – RG PRODUCTIONS נאכפאלגענדיג די קייט פון מאורעות בחצר הקודש סאדיגורא לאנדאן, אנגעהויבן מיטן שבת חנוכת הבית פונעם נייעם ביהמ"ד הגדול און דערנאך די חגיגת הכנסת ספר תורה מוצאי שבת, איז דעם זונטאג אפגעראכטן געווארן דער מלכות'דיגער מעמד חנוכת הבית, און התכנסות רבתי לכל הקהל הקודש אינאיינעם מיט די סעודה לגמרה של תורה, אויף א פראכטפולן פארנעם. די מעמד איז פארגעקומען אין די מערידיען גרענד זאל אין לאנדאן, וואו א שיינעם ציבור…

Read more

התכנסות רבתי און חגיגה מפוארה חנוכת הבית בחצה"ק סאדיגורא לאנדאן געפייערט ברוב פאר והדר

דינסטאג פ' לך לך • ו' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: דודי בראון – RG PRODUCTIONS נאכפאלגענדיג די קייט פון מאורעות בחצר הקודש סאדיגורא לאנדאן, אנגעהויבן מיטן שבת חנוכת הבית פונעם נייעם ביהמ"ד הגדול און דערנאך די חגיגת הכנסת ספר תורה מוצאי שבת, איז דעם זונטאג אפגעראכטן געווארן דער מלכות'דיגער מעמד חנוכת הבית, און התכנסות רבתי לכל הקהל הקודש אינאיינעם מיט די סעודה לגמרה של תורה, אויף א פראכטפולן פארנעם. די מעמד איז פארגעקומען אין די מערידיען גרענד זאל אין לאנדאן, וואו א שיינעם ציבור…

Read more