סאטמאר מהר"א

ויחן את פני העיר: היסטארישער מסיבת קבלת פנים אפגעהאלטן לכבודו פון האד' מסאטמאר אין לשכת הביד"ץ העדה החרדית

דינסטאג פ' תולדות • כ"ז חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש א היסטארישע מעמד קבלת פנים איז נעכטן אפגעהאלטן געווארן לכבודו הרם פונעם חשובן גאסט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, אינעם לשכת הביד"ץ העדה החרדית ביים מקום מושב בית דין, ביי וועלכן עס האבן מפאר כבוד געווען די שרי התורה הגאונים הגדולים חברי הביד"ץ שליט"א און די חברי וועד הפועל פון די עדה החרדית. דער ספרא דדיינא הר"ר יצחק שלמה בלוי הי"ו האט מקבל פנים געווען דעם רבי'ן שליט"א אין נאמען פון די שרי התורה חברי הבית דין צדק, דערנאך האט מען געהאט די זכי' צו…

Read more

כִּי הִנֵּה הַמְּלָכִים נוֹעֲדוּ: ביקור נימוסין פון האד' מסאטמאר ביי גיסו האד' מבעלזא

מאנטאג פ' תולדות • כ"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש היינט אויפדערנאכט נאכן גרויסן מעמד קבלת פנים אין ירושלים האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אפגעראכטן א ביקור נימוסין ביי גיסו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א נאך גאנצע צען יאר זינט די פריערדיגע מאל וואס די צוויי שוואגערס האדמור"ים שליט"א האבן זיך געטראפן בעת דעם סאטמארער רבינס באזוך אין ארץ ישראל בשנת תשע"ו. דער באזוך איז פארגעקומען אינעם בית תפילה בביתו נאווה קודש פונעם בעלזער רב שליט"א, וואס איז געווען אויסגעשטעלט אויף א גרעסערן פארנעם לכבוד דעם אורח…

Read more

גרויסארטיגע מעמד "צאתכם לשלום" בין כותלי ישיבה גדולה דסאטמאר לקראת מסע הקודש פון האד' מסאטמאר קיין ארה"ק

זונטאג פ' תולדות • כ"ה חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס התרגשות האבן די אריבער טויזנט תלמידי ישיבה גדולה דסאטמאר פון אלע סניפים, מיטגעהאלטן דעם מעמד "צאתכם לשלום" וואס איז אפגעהאלטן געווארן די וואך דאנערשטאג נאכמיטאג, ביי וועלכן די תלמידי הישיבה האבן זיך געזעגענען מיטן ראש הישיבה ורועה נאמן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א איידערן אפרייזן אויף דעם מסע הקודש קיין ארץ ישראל, דעם היינטיגן מוצאי שבת. די תלמידי הישיבה וועלן כפי פקודת הקודש פון רבי'ן שליט"א פארבלייבן אין די ישיבה, און נישט מיטגעהאלטן…

Read more

פיבערהאפטע הכנות אין ירושלים עיה"ק צו געהויבענע מעמדים בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א

זונטאג פ' תולדות • כ"ה חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די צייט וואס כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט שוין געלאנדעט אויפן אייראפעאישן באדן, זייענדיג על אם הדרך אויפן מסע המרומם קיין ארה"ק, גייען אן די פיבערהאפטע הכנות בחוצות ירושלים מקבל פנים צו זיין פני קדשו, און חסידי סאטמאר זענען אין טיפער שפאנונג, גרייטנדיג זיך מיט אן הכנה דרבה מקבל פנים צו זיין דעם רבי'ן שליט"א ביים אנקומען קיין ירושלים עיה"ק. מארגן מאנטאג נאכמיטאג וועט די רבי פארלאזן גריכנלאנד וואו די רבי האט זיך אויפגעהאלטן היינט איבערן טאג,…

Read more

קרית יואל: שמחת התנאים פון הכלה בת הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו משב"ק האד' מסאטמאר

פרייטאג פ' חי שרה • כ"ג חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם וואך דאנערשטאג איז כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען אין שטוב פונעם משב"ק ויד ימינו הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו צום שמחת התנאים פון בתו הכלה, מיט די חתן א זוהן פון הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א – מו"ץ ביהמ"ד מהרש"א דקהל יטב לב. עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער דעם רבינס בעפארשטייענדע נסיעה קיין אתרא קדישא מירון, די קדושה פון אתרא קדישא מירון און פילע מנהגים, מעשיות און נסים וואס עס איז דא אין מירון עד היום הזה….

Read more

קרית יואל: שמחת התנאים פון הכלה בת הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו משב"ק האד' מסאטמאר

פרייטאג פ' חי שרה • כ"ג חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם וואך דאנערשטאג איז כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען אין שטוב פונעם משב"ק ויד ימינו הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו צום שמחת התנאים פון בתו הכלה, מיט די חתן א זוהן פון הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א – מו"ץ ביהמ"ד מהרש"א דקהל יטב לב. עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער דעם רבינס בעפארשטייענדע נסיעה קיין אתרא קדישא מירון, די קדושה פון אתרא קדישא מירון און פילע מנהגים, מעשיות און נסים וואס עס איז דא אין מירון עד היום הזה….

Read more

תשובה ברורה פון הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א צו האד' מסאטמאר ערשיינט לקראת די מסע המרומם קיין ארה"ק

דאנערשטאג פ' חי שרה • כ"ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש דער מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א קיין ארץ ישראל צוזאמען מיט אלפי חסידי סאטמאר וואס גרייטן זיך מיטצהאלטן דעם מסע הקודש, האט אויפגעברענגט פארשידענע שאלות וואס איז ספציעל נוגע ביי די איצטיגע נסיעה, און ווערט קלאר אויסגעשמועסט אין א תשובה נפלאה פון הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א וועלכער האט מעלה געווען בכתב א לענגערע תשובה אדרעסירט צום סאטמארער רבי'ן, איבער פארשידענע שאלות, ובפרט איבער דעם נושא פון אמירת "ותן טל ומטר". די שאלה…

Read more

האדמור"ים מבית יצחק ספינקא און ראחוב באזוכן ביי האד' מסאטמאר לכבוד השמחה במעונם

דאנערשטאג פ' חי שרה • כ"ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י.שטיין פארלאפענעם וואך איידער דער שמחת הנישואין בחצרות בית יצחק ספינקא – ראחוב וואס איז פארגעקומען אין קרית יואל, זענען די געהויבענע זיידעס און מחותנים אריבערגעגאנגען אויף א ביקור נימוסין בבית כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, מקבל צו זיין מברכותיו לרגל דעם שמחת הנישואין און מכבד זיין דעם רבי'ן מיט סידור קידושין. עס האט זיך אנטוויקלט א שיינער שמועס בדברי תורה וחסידות ובעניני נישואין, און דער רבי שליט"א האט געוואונטשן פאר די מחותנים…

Read more