דרשת פתיחת הזמן פאר תלמידי ישיבות קטנה דסאטמאר פון אלע סניפים דורך הגה"צ אבד"ק סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א
מיטוואך פ' חי שרה • כ"א חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש די הונדערטער בחורי חמד, תלמידים פון די זעקס סניפים פון די סאטמארער ישיבה קטנה אין וויליאמסבורג, האבן די וואך געהערט די ווארעמע דברי פתיחה פון הגה״צ אבד״ק ור״מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט״א, וואס האט איבערגעלאזט א שטארקן רושם אויף די טייערע בחורים להתעלות דרגות רמות בעבודת השי״ת. די סאטמארער ישיבה קטנה אין וויליאמסבורג, איז איינגעטיילט אין זעקס באזונדערע סניפים מיט עקסטערע מרביצי תורה ומנהלים רוחניים שליט״א, אונטער די השפעה פון הגה״צ אבד״ק סאטמאר…