סאטמאר מהרי"י

געהויבענע שמחת שבע ברכות צוגעשטעלט דורך קהל אלעסק לכבוד שמחת בית אלעסק – סאטמאר

דינסטאג פ' וארא • כ"ד טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: הילל ל"ש א הערליכע מסיבת שבע ברכות איז אפגעהאלטן געווארן דעם מוצאי שבת דורך קהל אלעסק אין בארא פארק לכבוד די שמחה במעונו פון כ"ק אדמו"ר מאלעסק שליט"א צוגעשטעלט דורך די חסידים ומתפללי הביהמ"ד לרגל די חתונה פון בנו החתן למזל טוב, עב"ג די כלה אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. א רייכע סעודת מלוה מלכה איז סערווירט געווען, און נאכן זינגען די זמירות למוצש״ק און אנדערע פרקי שירה וזמרה, האט מען מיתהאלטן דעם שיינעם סדר היום, ווען…

Read more

שבע ברכות מפוארה אפגעראכטן אין נייע מתיבתא תורה ויראה ד'סאטמאר אין מאנסי בראשות אדמור"י ורבני העיר

מאנטאג פ' וארא • כ"ג טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: איצי מ. פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכט ממחרת יום החתונה בחצר הקודש סאטמאר האט זיך אנגעהויבן די פרייליכע קייט פון שבעת ימי המשתה ביי א שבע ברכות מפוארה וואס איז געפראוועט געווארן בצוותא חדא אינאיינעם מיט די תלמידים פון די נייע מתיבתא תורה ויראה ד'סאטמאר אין מאנסי בהשתתפות רבנן ותלמידיהון ובראשם כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ריש המתיבתא און מיטן השתתפות כבוד פון א הערליכע גאלעריע אדמור"י ורבני העיר מאנסי און פילע קרואי מועד ואנשי שם ראשי ונכבדי…

Read more

פרעכטיגע מעמד "לגומרה" לטובת גמר ביהמ"ד הגדול סאטמאר בית שמש קאמבענירט מיטן כינוס חסידי סאטמאר בארה"ק

זונטאג פ' וארא • כ"ב טבת | בחצרות הקודש מיט גרויס פייערליכקייט איז אפגעראכטן געווארן די גייסטרייכער און פרעכטיגער "כינוס חסידי סאטמאר בארה"ק" ומעמד הנהדר והמרומם "לגומרה" וואס איז פארגעקומען דעם מוצאי שבת ויחי העעל"ט אין די פרעכטיגע "עמק איילון" זאלן, בראשות פונעם אורח הדגול הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א. דער מעמד האט געדינט אלס כינוס חסידי סאטמאר פאר די הונדערטער תושבי בית שמש און נאך הונדערטער סאטמארער חסידים פון ירושלים עיה"ק און בני ברק וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן דעם מעמד,…

Read more

טויזנטער מיטגעהאלטן רבי'שע חתונה בחצרות סאטמאר – אלעסק אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר אין וויליאמסבורג

מוצאי שבת קודש פ' שמות • כ"א טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: הלל ליכטענשטיין וחסידים ברינה יגילו, האבן זיך טויזנטער תלמידי וחסידי סאטמאר ווידעראמאל מיטגעפרייט ביי דער גרויסארטיגער "שמחת החתונה" בחצר הקודש סאטמאר, וועלכע איז געפייערט געווארן ברוב פאר והדר ובקול רנה ותודה המון חוגג אינעם באנייטן היכל בית המדרש הגדול והחדש דסאטמאר אויף ראדני סטריט אין וויליאמסבורג, וועלכע איז ווי ביי די פאריגע שמחות אויסגעשטעלט געווארן אויף א גאר בכבוד'יגן און מלכות'דיגן אויסלייג, מיט הויכשטאקיגע פארענטשעס…

Read more

טויזנטער מיטגעהאלטן רבי'שע חתונה בחצרות סאטמאר – אלעסק אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר אין וויליאמסבורג

מוצאי שבת קודש פ' שמות • כ"א טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: הלל ליכטענשטיין וחסידים ברינה יגילו, האבן זיך טויזנטער תלמידי וחסידי סאטמאר ווידעראמאל מיטגעפרייט ביי דער גרויסארטיגער "שמחת החתונה" בחצר הקודש סאטמאר, וועלכע איז געפייערט געווארן ברוב פאר והדר ובקול רנה ותודה המון חוגג אינעם באנייטן היכל בית המדרש הגדול והחדש דסאטמאר אויף ראדני סטריט אין וויליאמסבורג, וועלכע איז ווי ביי די פאריגע שמחות אויסגעשטעלט געווארן אויף א גאר בכבוד'יגן און מלכות'דיגן אויסלייג, מיט הויכשטאקיגע פארענטשעס…

Read more

ק"ק סאטמאר בית שמש לעבט מיט לעכטיגע "ימי ביקור" בראשות הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א

דאנערשטאג פ' שמות • י"ט טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN הונדערטער תלמידי וחסידי סאטמאר תושבי ארה"ק בכלל, און תושבי בית שמש בפרט, האבן מיטגעלעבט היסטארישע ימי אורה ושמחה, בצילו פון כבוד הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים שליט"א וועלכע איז ספעציעל געקומען אפרעכטן לעכטיגע "ימי ביקור" און דעם געהויבענעם "שבת ויחי" צווישן עדת חסידי סאטמאר תושבי בית שמש. פארלאפענעם דאנערשטאג ויחי האט דער רב שליט"א מופיע געווען בשערי בית שמש, צום אכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' חיים אליעזר וויזעל הי"ו, מחשובי חברי הנהלת…

Read more

האד' מסאטמאר רייזט אפ קיין פלארידע מבקר חולה צו זיין הנגיד ר' ישראל דוב גאלדבערגער שליט"א מגדולי תומכי בית סאטמאר

דינסטאג פ' שמות • י"ז טבת | בחצרות הקודש אין א היסטארישע שריט האט זיך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, נארוואס ארויסגעלאזט אויף א בליץ באזוך פון בלויז עטליכע שעה קיין פלארידע, מבקר חולה צו זיין דעם זקן נדיבי בית סאטמאר הרבני הנגיד ר' ישראל דוב גאלדבערגער שליט"א, וועלכע געפינט זיך אין א לאקאלע שפיטאל, צוליב א שטארקע בלוט אינפעקציע וואס האט זיך ליידער פארערגערט די לעצטע טעג זייענדיג דארט אויף אפרוה. די דאזיגע בליץ באזוך פונעם רבי'ן שליט"א איז גאר באדייטפול, שטייענדיג בלויז א טאג איידער די שמחת החתונה…

Read more

האד' מסאטמאר באזוכט די בוי ארבעט ביי די נייע פראכטפולע תקנה חתונה זאלן ״עדן יואל״ און ״עדן אלטא פייגא״

זונטאג פ' ויחי • ח' טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אחים לעטשעווסקי דעם פארלאפענעם דאנערשטאג נאכמיטאג האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א באזוכט אין די בוי ארבעט ביי די צוויי שפאגל נייע פרעכטיגע חתונה תקנות זאלן, וואו עס זעצט פאר די פיהערהאפטיגע עבודת הבני' מיט א גאלאפירענדע שנעלקייט, זיך גרייטנדיג בקרוב ממש אפצורעכטן  די ערשטע חתונות צווישן די ווענט פון די צוויי נייע זאלן  וואס וועלן שטארק לינדערן די קריזיס פון חתונה זאלן אין שטאט און די אומגעהויערע חתונה קאסטן פון מחותנים.  די זאלן ווערן…

Read more

מאנסי: דערהויבענע זאת חנוכה טיש געפראוועט בהיכל "מתיבתא תורה ויראה" דסאטמאר דורך האד' מסאטמאר – ריש מתיבתא

מיטוואך פ' ויגש • ד' טבת תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: איצי מ. דעם מאנטאג ביום זאת חנוכה האבן די קרוב צו צוויי הונדערט בחורי חמד תלמידי מתיבתא הקדושה תורה ויראה סאטמאר אין שטאט מאנסי געהאט די זכיה אז דער ריש מתיבתא קדישא כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט געפראוועט דעם שולחן הטהור בין כותלי הישיבה לכבוד האי יומא רבה זמן החתימה. ווי ברייט באריכטעט האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א דעם זומער מייסד געווען די נייע "מתיבתא תורה ויראה" געאייגנט אלס מקום תורה מיט א ספעציעלער מסגרת פאר די מער עלטערע…

Read more

ולבקר בהיכלו: יערליכע חנוכה באזוך דורך האד' מסאטמאר אין מוסדות סאטמאר בארא פארק

מאנטאג פ' ויגש • ב' טבת -זאת חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש ווי יאר יערליך אין די ימי החנוכה איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען קיין בארא פארק אויף א באזוך אין די מוסדות בנשיאותו הרמה. דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר אויף די דריי און פופציגסטע גאס, אינאיינעם מיט די תלמידי כיתות ז' ח' ט', וואו דער רבי האט יורד געווען לפני התיבה צו הלל בהתעוררות רב. נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען פארגעקומען א ברית ביי איינער פון די חסידים וואו דער רבי איז געווען סנדק, און דערנאך איז…

Read more