מיטוואך פ' משפטים – כ"ד שבט תשפ"ג
קול בחצרות – א באריכט פון נעכטן מיטוואך די דריטע טאג פונעם ביקור המרומם פון כ"ק האד' מבאבוב שליט"א אין לאנדאן צופרי איז די רב שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין גרויסן באבוב'ע בית מדרש עס האבן מיטגעדאווענט די עלטערע כתות פון די תלמיד תורה און די תלמידי הישיבה, נאכ'ן דאווענען איז א גרויסע עולם אדורך שלום נעמען פאר א לענגערע צייט. קורץ נאָכ'ן דאַווענען איז דער רב שליט"א אנגעקומען אויף א גייסטרייכע באזוך אין די תלמוד תורה, די קינדער זענען געשטאנען אויסגעשוהרט אויף די פארענטשעס פון ביידע זייטן אין האָבן מקבל פּנים געווען דעם רב שליט"א ברוב רגש, און האָבן דערנאָך געזינגן ניגוני התעוררות ודביקות צווישן זיי די ניגון אהבת עולם פונעם קדושת ציון מיט גרויס התרגשות, אינמיטן דעם מעמד האָבן עטליכע תלמידים פאָרגעזינגן הערליכע חרוזים, אַרויסברענגענדיג די געפילן וואָס שפּירט זיך ביי אַלע תלמידים, און ווי מען קוקט אַרויס מיט אַזויפיל רגש אויף דעם באזוך פונעם רב שליט"א אין תלמוד תורה, דערנאך האט די רב אויפגעטרויטן מיט א ווארימע שמועס פאר די קינדער בדברי חיזוק בעבודת השם ולימוד התורה און בין אדם לחבירו, דאן זענען קינדער אדורך מקבל זיין א מתנה א סידור פונעם רב שליט"א.
דורכ'ן טאג איז געווען זמני כניסה פאר די חסידים תושבי לאנדאן אריינצוגיין מיט קוויטלעך להיפקד בדבר ישועה ורחמים נאכמיטאג איז די רב אנגעקומען אויף באזוכן ביי די רבני קהילות סאטמאר הגה"צ רבי ברוך נתן האלברשטאם אין הגה"צ רבי משה מנחם ווייס שליט"א. שפעטער ביינאכט נאך קבלת קהל איז די רב אנגעקומען אויף א ביקור ביי הגאון הגדול ר' אהרן דוד דוננער שליט"א ראב"ד לאנדאן.