הויפט בלאט באריכט יברך את הנערים: שמחת הוואך נאכט און קריאת שמע ליינען לבן הנולד ביי האד' מסאדיגורא

יברך את הנערים: שמחת הוואך נאכט און קריאת שמע ליינען לבן הנולד ביי האד' מסאדיגורא

געשריבן דורך admin123

מאנטאג פ' עקב • י"ג אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


א געהויבענע און פרייליכע שטימונג האט געהערשט היינט נאכט בחצר הקודש סאדיגורא, ביי די שמחת הוואך נאכט און קריאת שמע ליינען לבן הנולד ביים רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א.

פארנאכטס איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אין היכל בית המדרש מלובש בבגדי שבת צוזאמען מיט'ן ניי-געבוירן קינד. די ילדי חן פון די סאדיגורא תלמוד תורה, וועלכע זענען געשטאנען אויף די פארענטשעס, האבן אויפגענומען דעם רבי'ן מיט פרייליכע ניגוני שמחה, און דערנאך געזונגען מיט דעם באקאנטן ניגון "ויהיו זרעי" מיט אויסטערלישע רגש.

דערנאך האט מען אנגעהויבן דעם סדר קריאת שמע ליינען כמנהג ישראל, ווען די צעירי הצאן האבן מיט זייערע זיסע שטימעס געזונגען דעם מקובל'דיגע "המלאך הגואל אותי", נאכגעפאלגט מיט פרייליכע ניגונים לכבוד די גרויסע שמחה.

במשך דעם מעמד האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש פאר די צאן קדשים, און ארויסגעברענגט אז דער יסוד פון א איד איז "שמע ישראל" און "אדון עולם", און אז גלייך ביים אריינקומען בבריתו של אברהם אבינו ווערט דאס איינגעקריצט אין הארץ פון יעדן אידיש קינד. צום שלוס פונעם מעמד זענען די קינדער אריבער באקומען פעקלעך און מיני מתיקה פונעם רבי'ן.

שפעטער אין אוונט איז פארגעקומען די שמחת הוואך נאכט געווידמעט פאר די בחורי החסידות, וואו דער רבי שליט"א האט זיך געוואשן, און מען האט אויפגעגעבן א סעודה רחבה, באגלייט מיט פרקי שירה וזמרה אנגעפירט דורך די קאפעליע בחצר הקודש סאדיגורא.

במשך דער שמחה האט דער רבי מכבד געווען זיין פעטער, הגה"צ רבי ברוך שטערנבוך שליט"א, אבד"ק וויזניץ בראכפעלד, צו זאגן דברי תורה. צווישן די געסט איז אויך געווען כ"ק אדמו"ר מפיטסבורג שליט"א, וועלכער איז געקומען וואונטשן מזל טוב. דער רבי האט אים מכבד געווען צו פארצוזינגען א ניגון, און ער האט פארגעזונגען דעם באקאנטן "הגידה לי" פונעם אוצר הטוב לבית פיטסבורג, וועלכן דער ציבור האט מיטגעזונגען מיט גרויס התרגשות. אויך האט זיך באטייליגט כ"ק אדמו"ר מגארליץ שליט"א, א שכן טוב פונעם סאדיגורער הויף.

שפעטער האט דער רבי מכבד געווען זיין קרוב, הנגיד החסיד ר' מרדכי שלום ישראל שפירא הי"ו פון לעיקוואוד, וועלכער איז ספעציעל געקומען צום שמחה, צו דערציילן דעם מקובל'דיגע סיפור וואס מען פלעגט דערציילן ביים וואך נאכט.

נאכן בענטשן האט מען ווידער אריינגעברענגט דאס קינד, און מען האט איבערגעליינט דעם גאנצן סדר קריאת שמע כנהוג,. דערנאך האט מען מיט א געוואלדיגן התעוררות געזינגען דעם הארציגע ניגון "אדון עולם", וואס ווערט געזונגען בחצרות רוזשין סאדיגורא אין די ימים הנוראים.

נאכן מעמד זענען די בחורים אריבער וואונטשן מזל טוב פאר'ן רבי'ן שליט"א, און עס איז שוין געווען ארום איינס אזייגער ביינאכט ווען דער רבי האט פארלאזט דעם מעמד און די עסקנים האבן תיכף זיך גענומען צו די ארבעט איינצורישן דאס ביהמ"ד צום מארגנדיגע שמחת הברית.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט