דינסטאג פ' עקב • י"ד אב תשפ"ו | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: JDN
חסידי סקווירא אין בני ברק זענען די טעג אונטערן געהויבענעם רושם, נאכן מיטלעבן דעם גייסטרייכער באזוך פון הרה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, וואס איז געווען צוגאסט במשך די פארלאפענע וואך, און האט געפראוועט דעם שבת צוזאמען מיט עדת חסידי סקווירא תושבי העיר, וואס וועט אויף לאנג געדענקט ווערן ביי יעדן איינעם.
פארלאפענע וואך מיטוואך אינדערפרי איז רבי יצחק שליט"א אנגעקומען קיין ארה"ק, און איז גלייך צוגעפארן קיין ירושלים עיה"ק, וואו ער האט געדאוונט שחרית אין סקווערער שטובל צוזאמען מיט א גרויסער ציבור חסידים, צווישן זיי די תלמידי כתה ט' פון די סקווערער תלמוד תורה. נאכן דאווענען איז אפגעראכטן געווארן א מסיבת לקח ולחיים, ביי וועלכן רבי יצחק האט דערציילט סיפורים פון די בעלי הילולא, און דער ציבור איז דורך שלום-נעמען און געבן לחיים.
נאך א מסיבת פת שחרית אין שטוב פון הגה"צ רבי אהרן גאלדמינצער שליט"א דומ"ץ סקווירא-ירושלים, איז רבי יצחק אנגעקומען אויף א באזוך ביי חותנו כ"ק אדמו"ר מוויזשניץ-ארה"ק שליט"א אין מושב אורה.
נאכמיטאג איז רבי יצחק אנגעקומען קיין בני ברק, און נאך תפלת מנחה אנגעקומען אויף א באזוך ביי הגה"צ רבי יעקב אייזענבערגער שליט"א דומ"ץ סקווירא-בני ברק.
דאן איז אפגעראכטן געווארן דער גרויסער מעמד קבלת פנים אין ביהמ"ד דחסידי סקווירא, וועלכע איז געווען איבערגעפולט פון דעם גרויסן ציבור זקנים עם נערים, וועלכע האבן מקבל פנים געווען דעם גרויסן גאסט מיט ניגוני שמחה ודביקות, און מ'האט געהערט די שיינע דרשות אנגעפירט דורכן יו"ר הרה"ח ר' יצחק מנחם ווייסמאנדל הי"ו, פונעם דיין רבי יעקב אייזענבערגער שליט"א, הרה"ח ר' יושע ברויער הי"ו מחשובי חסידי סקווירא אין בני ברק ומראשי המנגנים בחצר סקווירא און נאך. דאן האט רבי יצחק דערציילט סיפורי צדיקים, און ממשיך געווען מיט דברי ברכה וחיזוק. דערנאך איז דער ציבור דורך שלום-נעמען א לענגערע צייט.
נאך עטליכע באזוכן בבתי חסידי סקווירא איז רבי יצחק אנגעקומען לבית האכסניא אין שטוב פון ר' יצחק מנחם ווייסמאנדל הי"ו וואו עס איז געווען קבלת קהל במשך א לענגערע צייט.
דאנערשטאג איז אין סקווערער ביהמ"ד אפגעהאלטן געווארן דער מעמד דורך די תשב"ר וועלכע זענען אינדערפרי אנגעקומען צו א ספעציעלן סדר הלימוד וואס איז מיטגעהאלטן געווארן דורך רבי יצחק. נאכן דאווענען איז אפגעהאלטן געווארן דער שיינער מעמד קבלת פנים ביי וועלכן די קינדער האבן געזינגן ניגונים און גראמען, און געהערט די דרשות פונעם דיין שליט"א, המגיד הרה"ג רבי שלמה מיללער שליט"א און נאך. דאן האט רבי יצחק משמיע געווען דברי חיזוק והדרכה, און די קינדער זענען דורך איבערנעמען די מתנה מיוחדת, א ספר תהלים, אין וואס מ'האט גלייך דערויף געזאגט עטליכע קאפיטלעך, פארגעזאגט דורך רבי יצחק שליט"א.
נאכמיטאג איז אפגעהאלטן געווארן דער מסיבת הוקרה פאר די אברכים לומדי כולל סקווירא, ביי וועלכן מ'האט געהערט די דרשות פונעם ראה"כ הרה"ג רבי דוד גאס שליט"א, הר"ר משה ניישלאס שליט"א, הרה"ג רבי חיים מאיר גרינבוים שליט"א מראה"כ וויזשניץ, און דאן האט רבי יצחק משמיע געווען א לענגערן שמועס בדברי הדרכה וחיזוק.
ליל שישי זענען די בחורים זיך צוזאמגעקומען אין שטוב פון הרה"ג רבי דוד גראס שליט"א וואו מ'האט געזינגען ניגונים, און נאך א שיינע דרשה פון הר"ר נפתלי קויפמאן שליט"א האט רבי יצחק שליט"א משמיע געווען א שמועס איבער התקשרות לצדיקים און נאך.
שפעטער האט רבי יצחק מיטגעהאלטן די וועכנטליכע התאספות דורך די פיר חבורות ליל שישי בהיכל ביהמ"ד סקווירא, וואו ער האט מחזק געווען דעם ציבור, און שפעטער איז געווען קבלת קהל א לענגערע צייט.
פרייטאג אינדערפרי האט רבי יצחק געדאוונט שחרית מיט די לומדי הכולל, און דערנאך געפראוועט א מסיבת לחיים.
אין די מיטאג שעות האבן סקווערער חסידים, זקני החסידים, בעלי בתים ואברכים יקרים זיך ארויסגעלאזט אין וועג אריין קיין מודיעין, וואו דער שבת איז געפראוועט געווארן אין אן אפגעדינגענעם קאמפלעקס וואס איז איינגערישט געווארן מיט אלע איינריכטונגען צו קענען אקאמאדירן דעם געהויבענעם שבת.
דער גאנצער שבת איז געווען א חטיבה אחת פון התרוממות והתעלות, פון וואס די חשוב'ע משתתפים האבן זיך נישט געקענט גענוג אנקוועלן.
בליל שב"ק איז צוגעגאנגען צו תפלת המנחה דער דיין רבי יעקב אייזענבערגער שליט"א וועלכער האט דערנאך אויפגערעדט מיטן פתיחת השבת, ארויסברענגענדיג די זכיה וואס מ'האט צו קענען פראווען א שבת צוזאמען מיטן געהויבענעם גאסט שליט"א, בנו יקירו ושלוחו הנאמן פונעם רבי'ן שליט"א.
צו קבלת שבת האט רבי יצחק שליט"א יורד געווען לפני התיבה, און נאך "בואי בשלום" האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד נלהב לכבוד יום השבת קודש. נאכן דאווענען איז דער ציבור דורך זאגן גוט-שבת.
די סעודה האט מען געפראוועט בשבת אחים גם יחד במשך שעות-נאך-אנאנד, און מ'האט געזינגן די זמירות אנגעפירט דורך א קבוצה מנגנים אין שפיץ פון הרה"ח ר' יושע ברויער הי"ו. רבי יצחק שליט"א האט פארגעזאגט "כל מקדש" מיט גרויס התרגשות.
במשך די סעודה האט מען געהערט די דרשות פון עטליכע חשוב'ע בעלי דרשנים שליט"א אנגעפירט דורכן יו"ר הר"ר חיים משה ישכאראוו הי"ו, וביניהם דער לענגערער שמועס פון הרה"ג רבי יעקב יוסף טווערסקי שליט"א זון פון רבי יצחק שליט"א. רבי יצחק שליט"א האט דערציילט סיפורים פון די בעלי הילולא, צווישן זיי פון הגה"ק בעל ישמח משה מאוהעל זי"ע.
נאכן בענטשן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע ריקודין, און דאן ממשיך געווען מיט א מסיבת מרעים, ביי וועלכן מ'האט געלערנט אור החיים הק', און געהערט סיפורים פון רבי יצחק שליט"א באגלייט מיט אינטערעסאנטע זכרונות פון די באזוכן פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אין די פריערדיגע יארן.
שבת אינדערפרי ביים דאווענען האט רבי יצחק שליט"א עולה געווען צו שישי, און איז געגאנגען פתיחה און הגבה. דערנאך האט ער יורד געווען לפני התיבה צו תפלת המוספין. ביים קידושא רבה נאכן דאווענען לרגל הולדת הבת ביי איינעם פון די חשוב'ע משתתפים, האט מען געהערט שיינע דברי תורה און נאכן זינגן ניגונים איז מען דורך וואונטשן לחיים.
רעוא דרעוין
ביי די סעודה שבת בייטאג האט מען ווייטער ממשיך געווען מיט הערליכע נגינה און מ'האט געהערט די שיינע דרשות, צווישן זיי דער רייכער פאנעל אנגעפירט דורך ר' יושע ברויער הי"ו מלא וגדוש מיט אינטערעסאנטע זכרונות פון די בר מצוה און חתונה פון הרה"צ רבי יצחק שליט"א וואס זענען אפגעראכטן געווארן אין בני ברק.
שבת נאכמיטאג נאך תפלת המנחה האט מען געהערט דעם שיינעם שיעור בפרקי אבות פארגעלערנט דורך הרה"ג רבי יעקב יוסף כהן שליט"א דומ"ץ שטעפינעשט, און דערנאך געפראוועט שלש סעודות, ביי וועלכן עס האט קודם אויפגערעדט הרה"ג רבי יעקב אויסטערליץ שליט"א, און דערנאך האט רבי יצחק פארגעזאגט די זמירות, כנהוג.
שפעטער האט רבי יצחק אויפגערעדט מיט א לענגערן יסודות'דיגן שמועס בעניני תורה, תפלה, שבת קודש, סעודות שבת, התקשרות לצדיקים, מסורת אבות און נאך, און דערביי איבערגעגעבן דעם לענגערן ברכת הקודש וואס אביו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א האט אים איבערגעגעבן ערב שבת קודש פאר'ן זמן כניסת השבת.
אזוי האט מען ממשיך געווען שלש סעודות מיט די ווייטערדיגע זמירות וואס רבי יצחק שליט"א האט משמיע געווען, און נאך הבדלה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין געהויבענע ריקודין לכבוד א סיום מסכת וואס איז געפראוועט געווארן דורך איינעם פון די משתתפי השבת.
מוצאי שבת קודש שפעט ביינאכט אין בני ברק האט רבי יצחק געפראוועט מלוה מלכה אין שטוב פון הרה"ח ר' ישעי' קליין הי"ו וואו מען האט פארברענגט בסיפורי צדיקים ביז שפעט.
זונטאג אינדערפרי האט רבי יצחק שליט"א זיך משתתף געווען ביים סדר הלימוד פון די בחורי חמד, און דערנאך געדאוונט מיט די בחורים ביי וועלכן ער האט יורד געווען לפני התיבה. ביי פת שחרית מיט די בחורים אין שטוב פונעם סקווירא-ב"ב דיין שליט"א האט דער דיין שליט"א אויפגערעדט, און דערנאך רבי יעקב יוסף בן רבי יצחק, וועלכער האט אויך אנגעפירט א פאנעל מיט פארשידענע שאלות אויף וואס רבי יצחק האט משיב געווען פול מיט הדרכות בעניני עבודת השי"ת.
נאכמיטאג האט רבי יצחק שליט"א באזוכט אין סקווערער כולל, און זיך אפגעשטעלט ביי יעדע חברותא מיט וועמען ער האט עוסק געווען אין די לימודים במשך א היבשע וויילע.
שפעטער האט רבי יצחק שליט"א משמיע געווען א לענגערן שמועס בעניני צניעות פאר די עלטערע תלמידות וואס זענען געווען פארזאמלט אין א באזונדערן צימער בבית האכסניא.
מאנטאג אינדערפרי האט רבי יצחק שליט"א געדאוונט תפלת שחרית אין ביהמ"ד מאחנובקא בעלזא, און לכבודו האט מען ארויסגענומען די הייליגע ספר תורה פונעם בעל שם טוב הק' זי"ע ביי וועלכן ער האט עולה געווען לתורה. מיט די אנדערע עליות זענען מכובד געווארן רבי יעקב יוסף בן רבי יצחק, און הרה"ג רבי ישראל האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בארא פארק שליט"א. נאכן דאווענען איז רבי יצחק געווען אויף א שיינעם באזוך ביי כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א.
במשך דעם טאג האט רבי יצחק באזוכט ביי א צאל רבנים שליט"א, און ביי הרה"ח ר' ברוך בוקסבוים הי"ו בעל אכסניא פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.
דינסטאג פארטאגס האט רבי יצחק שליט"א געדאוונט תפלת שחרית אין לופטפעלד, און האט זיך אומגעקערט אהיים קיין שיכון סקווירא, איבערלאזנדיג הויפנס מיט חיזוק פאר עדת חסידי סקווירא אין בני ברק וואס וועלן דאס אויף לאנג געדענקן.