מאנטאג פ' תולדות • כ"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין
א זעלטן געהויבענע שבת איז אריבער אויף עטליכע הונדערט נגידים ותומכים בחצר הקודש צאנז,בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וועלכער האט געפראוועט דעם שבת קודש פ' חיי שרה אין אלטשטאט ירושלים ביים שריד בית מקדשינו דער כותל המערבי, אין ראם פונעם מסע הקודש "עתיקא קדישא" מיט די גרעסערע נדיבים בעם פון קהלות ומוסדות צאנז אין ארה"ק.
ערב שבת ביים אנקומען קיין ירושלים איז די רבי שליט"א אריינגעפארן אין שטאט און מנחם אבל געווען ביי הגאון רבי משה צדקה שליט"א ראש ישיבת פורת יוסף מגדולי רבני עדת הספרדים וועלכער זיצט שבעה נאך די פטירה פון א ברודער. פון דארט איז דער רבי צוגעפארן צום שטוב פונעם שלוחי דרבנן העסקן הרב מאיר פרוש הי"ו וואו די רבי איז געגאנגען אין מקוה לכבוד שבת און דערנאך אפגעראכטן א שולחן לחיים וואו דער רבי שליט"א האט ארומגעשמועסט מעניני הפרשה און איבערגעלאזט ברכת קדשו פאר ר' מאיר שיחי' ומשפחתו.
פון דארט איז די רבי ארויסגעפארן צום אלטשטאט ירושלים, צום בית האכסניא הארט נעבן דעם כותל המערבי. שפעטער נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א ארויסגעקומען אויפן באלקאן פונעם אכסניא, און אויפגענומען בצהלת פנים אלע משתתפי השבת די נגידים ותומכים לבית צאנז.
ביים זמן הדלקת נרות איז דער רבי אריינגעקומען אינעם בית המדרש פונעם מנהרות הכותל, און מען האט אנגעהויבן תפלת מנחה מיט גרויס התרוממות הנפש, ווען דער מנחה האט זיך געצויגן העכער א שעה צייט באגלייט מיט בכיות, עד אין לשער ואין לתאר. בעפאר קבלת שבת האט אויפגעטרעטן הגה"צ גאב"ד קרית הבעש"ט שליט"א, ווי ער האט ארומגערעדט איבער די חשיבות פונעם כותל המערבי במשנתו פון זיין שווער הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זי"ע.
ביי די תפלות פון קבלת שבת און שחרית שבת אינדערפרי איז צוגעגאנגען צום עמוד דער בארימטער בעל מנגן הר"ר יעקב דאסקאל הי"ו מראשי המשוררים בחצר הקודש ויזניץ אין בני ברק. ביי בואי בשלום האט זיך דער רבי נישט אויסגעדרייט פניו למערב נאר איז געשטאנען האלבוועגס אויסגעדרייט, צוליב וואס דער רבי האט נישט געוואלט שטיין מיטן ריקן צום כותל.
תיכף נאכן דאווענען איז דער רבי אריינגעקומען אינעם ספעציעלן צוגעגרייטן היכל צום עריכת שולחן הטהור סעודת שבת קודש ווי עס איז געווען אנגעגרייט אויף א רייכע פארנעם כיד המלך פאר אלע משתתפים נדיבים בעם. דער רבי שליט"א האט במשכ'ן סעודה עטליכע מאל משמיע געווען דברות קודש, דאס ערשטע מאל פאר קידוש, און נאך עטליכע מאל במשך די סעודה ארויסברעגענדיג דעם 'שתולים בבית ה' בחצרות אלקינו יפריחו' אז מען איז זוכה צו פארברענגען 'בחצרות אלוקינו' ביים שריד מקום בית המקדש.
שבת אינדערפרי ארום 8:30 איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צו תפלת שחרית אינעם בית המדרש פונעם מנהרות הכותל, באזונדער איז ביים דאווענען געלייגט געווארן א דגוש ביי די שטיקלעך פונעם סדר הקרבנות וואס איז געזאגט געווארן מיט א גרויס דערהויבנקייט.
ביי קריאת התורה איז דעם רבינ'ס עלי' פון ששי פארקויפט געווארן פארן ריזן סכום פון העכער א האלב מיליאן שקל, ווי אלע משתתפי השבת האבן בייגעשטייערט א שותפות פון 'צען טויזנט שקל' פארן רבינ'ס עלי'. באזונדער זענען די אנדערע עליות פארקויפט געווארן דורך בלעטער גמרא וואס די בחורי חמד האבן שוין אפגעקויפט פאר שבת לזכותם פון די נדיבים ותורמים.
נאך תפלת מוסף איז דער רבי אנגעקומען צום בית האכסניא, און אפגעראכטן די סעודת עתיקא קדישא אינאיינעם מיט די נגידים ותומכים, ביים תורה האט דער רבי שליט"א מעורר געווען איבער קביעות עיתים לתורה, ובגודל מעלת הצדקה פון די תומכים ותורמים.
קורצליך נאכן סעודה איז דער רבי אריינגעקומען צו תפלת מנחה און סעודת רעוא דרעוין, וואס איז אפגעהאלטן געווארן אונטער א העכערע אטמאספער במשך א לענגערע צייט, בעת די תורה האט דער רבי שטארק ארומגערעדט איבער אמונת ה', וואס דאס איז אונזער זכות אינעם גלות, ארויסברענגענדיג אז אין אזא מקום קדוש איז זיכער אז מען קען פועל'ן פארן כלל ישראל ישועות ורפואות אין אלע הינזיכטן.
דערנאך איז מען ארויס דאווענען תפלת מעריב ביים מקום כותל המערבי צווישן דעם המון עם, און דערנאך האט מען געזאגט ויתן לך, און די רבי האט דארט געמאכט הבדלה ברוב עם. נאך הבדלה איז דער רבי ארויף צום אכסניא ווי די משתתפי השבת זענען אריבער זיך וואונטשן א גוטע וואך. דערנאך האט דער רבי ארומשפאצירט ביים שטח הכותל, און זיך שטארק אינטרעסירט אויף אלע פרטים און די געבוי ארום דעם כותל מיט איר רייכע היסטאריע.
מוצאי שבת איז אפגעהאלטן געווארן א פראכטפולע מעמד און עלעגאנטע דינער וואס האט געדינט אלס דער נעילת השבת, ס'איז פארגעקומען אין א עלעגאנטע זאל ביים מתחם קבר דוד המלך נישט ווייט פונעם כותל המערבי, וואו עס איז סערווירט געווארן א רייכע סעודת מלווה מלכה כיד המלך, און די וויזניצער קאפעליע אינאיינעם מיטן בעל מנגן ר' משולם גרינבערגער הי"ו האבן מהנה געווען מיט ווארימע ניגונים און שירות ותשבחות.
בעפאר די מעמד האט די רבי שליט"א אויפגענומען די צענדליגער משתתפי השבת געסט פון אויסלאנד, וואס האבן געהאט די געלעגנהייט אריינצוגיין אל הקודש פנימה צום רבי'ן, אין א ספעציעלע צימער נעבן זאל און זיך מזכיר זיין בפתקי דרחמי להפקד בדבר ישועה ורחמים.
דערנאך איז די רבי שליט"א ערשינען במלוא הדרו אינעם זאל ווערנדיג אויפגענומען בשירה וזמרה, הרב מאיר פרוש שלוחי דרבנן האט ממשיך געווען זיין דרשה וואו ער האט ארומגערעט ווארימע דיבורים איבער די גרויסקייט צו שטיצן תורה און בפרט די מוסדות הקדושים דחסידי צאנז המתנוססים לתפארה. דערביי האט די רבי שליט"א אפגעראכטן א שולחן לחיים און אנגעוואוונטשן מברכותיו הטהורות.
דערנאך האט מען געהערט הארציגע דברי חרוזין פונעם יושב ראש המעמד דער פה מפיק מרגליות הרה"ח ר' ישראל שטערן הי"ו פון לאנדאן וועלכע האט במשך גאנץ שבת מהנה געווען מיט זיינע הפלא'דיגע דיבורים כיד השם הטובה עליו. ר' ישראל האט געשילדערט די טיפע הרגשים און איז מייסטערהאפטיג איבערגעגאנגען אין גראם דעם גאנצן סדר השבת מבואו ועד צאתו, און הערליך שיין איבערגעחזרט די אמרות טהורות בפלפול ואגדה וואס די רבי שליט"א האט משמיע געווען ביי די טישן דורכאויס שבת, וואו עס האט זיך דערקענט א געוואלדיגע הנאה און קורת רוח אויפן רבינס געזיכט.
א פלאם פייערדיגע דרשה איז דאן געהערט געווארן דורכן מלהיב לבבות ישראל המשפיע הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב וועלכער האט אנגעווארעמט די הערצער מיט שטארקע דברי חיזוק מתובל מיט סיפורי צדיקים כמנהג ישראל תורה אום מוצאי שבת, נאך זיין דרשה האט דער רבי שליט"א ווארעם געזעגענט דעם ציבור און פארלאזט די מעמד.
נאכן מעמד איז די רבי שליט"א אריין אינעווייניג צום ציון הק' פון דוד מלכא משיחא, אין באגלייטונג פונעם היסטאריקער און שריפטשטעלער ר' אפרים גרין הי"ו וועלכע האט ארומגעוויזן דעם רבי'ן ארום דעם היסטארישן ארט. און די רבי האט דערמאנט זיינע זכרונות פון די קינדערישע יאהרן ווען ער הא דאס לעצטע מאל פוקד געווען דעם מקום קדוש, מיט איבער זעכציג יאהר צוריק בשנת תשכ"ב, אינאיינעם מיט אביו הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זי"ע. די רבי שליט"א האט מתפלל געווען א תפילה חרישית לישועתן של ישראל, און פון דארט דערנאך צוריקגערעט למעון קדשו אין קרית צאנז נתני'.