מאנטאג פ' וישב • י"ח כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש
א גייסטרייכע שבת התעלות "שבת מלכות" איז אפגעראכטן געווארן דעם פארגאנגענעם שב"ק פרשת תולדות ספעציעל געווידמעט פאר די נדיבים בעם חסידי בעלזא בארצות הברית וועלכע האבן ביישטייערט באדייטענדע סומעס לטובת "מרכז מוסדות בעלזא", דער שבת איז באשיינט געווארן דורכן אורח הדגול הרב ר' שלום רוקח שליט"א נכדו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א וואס איז געקומען צופארן לעשות את השבת בשליחות הקודש פונעם בעלזא רב שליט"א.
הרב ר' שלום שליט"א האט געלאדנדעט אינעם לופטפעלד פרייטאג אינדערפרי, ווי עס איז פארגעקומען א ענגע מסיבת קבלת פנים אויפן ארט, ער איז תיכף צוגעפארן צום "ארמון האטעל" אין סטעמפארד קאנעטיקוט, צו פראווען דעם שבת מיט די "נושאי הממלכה" די נדיבים בעם וועלכע ביישטייערן ריזיגע סומעס פארן קרן עולם התורה דחסידי בעלזא וואס האלט אונטער די ישיבות הקדושות אין שאטן פונעם ביטערן גזירת הגיוס אין ארץ ישראל.
אינאיינעם מיטן געהויבענעם גאסט זענען אויך מיטגעקומען די מנהלי "מרכז מוסדות בעלזא" אין ארה"ק, הרב ר' יוסף מאיר הורוויץ און הרב ר' שמעון פייבוש, וועלכע זענען זיך מוסר נפש רונדע דעם יאר אוועקצושטעלן א שטאנדהאפטיגע קיום העתיד פאר די מוסדות הקדושים און במיוחד פאר די קרן עולם התורה.
במשך דעם שבת האבן אויפגעטרעטן בעלי מגידים מפורסמים, צווישן אנדערע דער פה מפיק מרגליות הרב מרדכי טרויבע שליט"א פון אנטווערפן, און הרב ישראל דאמען שליט"א, הרב יהושע דוב געלבוואוקס שליט"א רב ביהמ"ד "נר ישראל" לעיקוואוד, און דער משמח אלקים ואנשים הרב נחמן ליווי הי"ו.
באזונדער האבן מהנה געווען במטיב פרקי שירה וזמרה דער באקאנטער מזמר ומלחין הרב ר' שלמה קאליש, ובנו ר' אליעזר קאליש. מיט פרקי חזנות האבן מהנה געווען הרב ר' ישראל אדלער, און הרב ר' ישעי' לעבראן, וועלכע האבן בקולם הנעים פארגעדאווענט די תפלות און אנגעפירט די זמירות ביי די סעודת שבת קודש.
איינס פון די הויכפונקטן פון די געהויבענע שבת קודש איז געווען, די דרשה ביים סעודה ליל שב"ק פונעם אורח הדגול הרב שלום שליט"א, וועלכע האט מאריך געווען מתובל בדברי דרוש ואגדה במשנת צדיקי בית בעלזא זי"ע, און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע זכי' וואס מיר האבן אז מיר קענען ארויסהעלפן דער רב שליט"א מיט די גרויסער עול פון מרכז מוסדות בעלזא אין ארה"ק.
שבת בייטאג האט אויפגעטרעטן ביים סעודת שבת הרב ר' שמואל דאמען, וועלכע האט איבערגעגעבן א פערזענליכע גריס פון הרה"צ ר' אהרן מרדכי שליט"א, וואס האט געהייסן איבערגעבן, אז די עיקר הכרת הטוב פאר די נדיבים בעם איז נישט נאר די צענדליגער מיליאנען דאללארן וואס מען לאזט זיך קאסטן פארן מרכז, נאר דער עיקר איז די "פועל יוצא" דערפון, זעהנדיג בחוש וויפיל פעולות חובקות זרועות עולם מען טוט אויף בתוככי המוסדות והישיבות דורך די הילף פון די נדיבים בעם, און דעריבער ליגט אויף אונז א פליכט מוסיף צו זיין מיט די נדבות אויף די ווייטערדיגע קיום עתיד הרוחני פון מרכז מוסדות בעלזא.
נאכן סעודת רעוא דרעוין, איז פארגעקומען די מעמד "הבדלה" און "ויתן לך", ווי דערויף האט זיך אנפלעקט א מחזה הוד, ווי די צענדליגער נדיבים בעם זענען אריבער איינצוגווייז ביי הרב שלום שליט"א, און אונטערגעשריבן פרישע שטרות און מוסיף געווען גרעסערע סכומים פאר "מרכז מוסדות בעלזא", באזונדער האבן זיי באקומען א מתנה הוקרה א סעט "זוהר הקדוש" ספעציעל געשיקט געווארן דורכן בעלזער רב שליט"א פאר אלע נגידים ותומכים, אזוי אויך א באזונדערע מתנה פאר די אשת חיל עטרת בעלה וועלכע העלפן ארויס זייערע מענער צו קענען געבן און שטיצן די הייליגע קאסע.
דערנאך איז פארגעקומען א רייכע מסיבת מלוה מלכה און א מעמד הוקרה פאר די אלע נדיבים בעם, באגלייט מיט די רייכע "חבריא קאפעליע" און מיט אינהאלטסרייכע דרשות פון די בעלי מגידים מפורסמים וועלכע האבן מהנה געווען מנועם דברותיהם במשך דעם געהויבענעם שבת, ביים מלוה מלכה הרב ר' שלום שליט"א נאכאמאל משמיע געווען דברים היוצאים מן הלב פאר אלע תומכים ומחזיקים, און אנגעוואונשטן בברכות לרוב.
אין די טעג נאך שבת, האט הרב שלום שליט"א מכתת רגליו געווען על פתחי נדיבים בעם צווישן די שטעט אין בארא פארק, מאנסי, און לעיקוואד אויפצוטרייבן ריזיגע סומעס פארן מרכז, און דערנאך זיך אומגעקערט קיין ארה"ק.























































































































