אין שטאט ביתר איז היינט געפראוועט געווארן די שמחת הברית לבן הנולד ביי כ"ק האדמו"ר מלעלוב ביתר שליט"א, ס'איז פארגעקומען אין לעלוב'ער ביהמ"ד בהשתתפות פון פילע חסידים ואנשי מעשה אין תושבי ביתר וועלכע זענען געקומען אפגעבן מזל טוב לכבוד די שמחה אינעם רבינ'ס הויף, די רבי שליט"א זעלבסט האט געדינט אלס סנדק אין מיט די ברכות וקריאת השם איז מכובד געווארן די זיידע כ"ק האדמו"ר מקאזניץ שליט"א.