הויפט בלאט קרישקעס קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

געשריבן דורך admin123

דאנערשטאג פ' נשא • ט' סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש


ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א ביים געזעגענען די חסידים און געסט פון אויסלאנד אין א שמועס וואס דער ראש הישיבה האט איבערגעגעבן אום יום שני של גליות פאר די בני חוץ לארץ.

האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק ביים שמעקן טאביק כנהוג בחצרות הצדיקים איידערן צוטרעטן צום עבודת הריקודין ביי די חתונה פון אן אייניקל די וואך.

Blog Image

הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א ביים אריינשרייבן אן את אינעם היסטארישן ספר תורה מיט וואס הרה"ק מבעלזא זי"ע האט זיך באנוצט בשעתן קריג אין פעסט און איז בניסי נסים אנגעקומען ליד ישראל נאכן מלחמה. א חשובע נדיב האט אין די טעג אויפגענומען א סופר מומחה וועלכע זאל איבערגיין א יעדע תג וקוץ פונעם הייליגן ספר תורה, און פארעכטן אלע פסולים דערין, היות די ספר תורה האט ארומגעוואלגערט במשך די מלחמה יארן איז עס געווען אין גאר א שוואכע צושטאנד.

Blog Image

לשון העמים: פייערדיגע ווערטער פון הגאון רבי אברהם שארר אבד"ק נזר גדליהו איבער די חומר הענין פון רעדן די ענגלישע שפראך.

האד' מבעלזא ערהאלט דעם בוך "בצילם" ארויסגעגעבן דורך די לעגענדארע פאטאגראפירער בחצרות הקודש שוקי לרר, איבער זיין היסטארישע קאריערע באגלייט מיט בילדער און זכרונות.

Blog Image

העסקן הרב אריה דרעי פארזיצער פון די ש"ס פארטיי אויף א דרינגענדע זיצונג ביים ראשון לציון הגאון רבי יצחק יוסף שליט"א דעם ערב יום טוב, אין שאטן פונעם גזירת הגיוס וואס האט זיך ליידער דראסטיש פארשארפט און פארערגערט.

Blog Image

האדמו"ר מסאדיגורא שפאצירט אויף די גאסן פונעם שטילן סביון געגענט נישט ווייט פון בני ברק, וואו דער רבי וויילט די טעג אויף אפרוה.

האדמו"ר מגור אנקומענדיג היינט צום אסיפת מועצת גדולי התורה במעונו פון האדמו"ר מוויזניץ אין מושב אורה.

הגה"צ רבי יהושע מנחם פייפער אבד"ק ברכת מנחם באזוכט ביי הגאון הגדול רבי ברוך דוב פוברסקי ראש ישיבת פונוביז וואו עס איז ארומגעשמועסט געווארן בדברי תורה ופילפולא דאורייתא.

Blog Image

האד' מלעלוב פון בארא פארק באגריסט הגאון רבי חיים יצחק אייזיק לאנדא גאב"ד בני ברק נאכן שניידן ווייץ לקראת יום טוב פסח תשפ"ו הבעל"ט אין מושב מבוא חורון.

Blog Image

המשפיע הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב ביים חתונה פון הכלה טאכטער פון הרה"ח ר' יחזקאל הלפרין הי"ו גבאי נאמן פונעם ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א וואו דער חתן איז א מקורב ביים משפיע.

מועצת הגבאים: די משמשים בקודש און באי ביתם פון די אדמור"ים חברי מועצת גדולי התורה פארברענגען אין א היימישע אטפאספערע בעת דער היינטיגער אסיפת מועצת גדולי התורה במעונו פון האד' מוויזניץ אין מושב אורה.

Blog Image

הגאון רבי משה הילל הירש ראש ישיבת סלאבאדקע ביים מקבל זיין דעם ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א אנקומענדיג אין ישיבה נאך עטליכע וואכן וואס דער ראש הישיבה האט געפעלט פון ישיבה, נאכן אומפאלן אין שטוב.

Blog Image

הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח מבעלזא ווערט געזעהן אינעם וויזניצער אהל אין בני ברק אין טאג פונעם הילולא קדישא פונעם זיידן הרה"ק בעל אהבת ישראל מוויזניץ זי"ע.

Blog Image

הגה"צ אבד"ק לימינוב שליט"א אויפן פליגער קיין ארץ ישראל, ביים זיך פארקוקן די דרשות פון די קומענדיגע וואך.

Blog Image

די פערזענליכע הזמנה פאר תושבי שיכון וויזניץ מאנסי, פון הרה"צ רבי יעקב יוסף האגער בנו הגדול פון האדמו"ר מוויזניץ מאנסי און חתנא דבי נשיאה פון האדמו"ר מסקווירא, לקראת די חתונה פון בנו החתן די קומענדיגע וואך.

Blog Image

צונויפשמועס: העסקנים ר' יצחק גאלדקאנפף, זיין געהילף ר' מוטי בבציק און ר' יעקב טעסלער אין א דין ודברים ביים אסיפת המועצת היינטיגן דאנערשטאג אין מושב אורה.

Blog Image

אויפן הר הזיתים אין ירושלים האט 'קרישקעס' די וואך באמערקט האדמו"ר ממשכנות הרועים ביים ציון פון מחברתו הטהורה די געטרייע רעבעצען ע"ה לרגל די יארצייט וואס איז אויסגעפאלן אין די טעג.

Blog Image

הגאון רבי שלום בער סורוצקין ראש ישיבת עטרת שלמה באזוכט ביים ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא זיך דורכצורעדן בעניני הישיבה.

Blog Image

מחזה הוד ביים ערשטמאליגער מעמד יום שכולו תורה בחצר הקודש טאהש וואו האדמו"ר מטאהש האט זיך געזעצט לערנען מיט'ן טעגליכע חברותא הרה"צ רבי ישכר בעריש סג"ל טירנויער שליט"א ברוב עם אינאיינעם מיט'ן גאנצן ציבור.

Blog Image

די צוויי עסקנים ושתדלנים בנש"ק הרב עזרא פריעדלענדער און הרב משה מארגארעטן פון "צדק" האט 'קרישקעס' די וואך באמערקט אינעם ווייסן הויז, ביים שתדלן פארן כלל.

Blog Image

מכתב קודש פון האדמו"ר ממונקאטש צו עדת צאן מרעיתו אין ארץ ישראל וועלכע האבן זיך צוזאמגענומען אויף די יערליכע שבת התאחדות אין מירון לכבוד די הילולא קדישא פון הגה"ק בעל מנחת אלעזר ממונקאטש זי"ע.

Blog Image

המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב דינט אלס גאסט רעדנער – "רב המקדים" ביים וועכענטליכן שיעור דורכן רב הראשי הגאון רבי יצחק יוסף שליט"א די וואך מוצאי שבת.

Blog Image

האדמו"ר מראחמיסטריווקא ביים אנוואונטשן הגאון הגדול רבי חיים יוסף דוד ווייס דומ"ץ סאטמאר אנטווערפען בעל ויען דוד נאכן ברית פון אן אייניקל ביים דיין שליט"א וואו דער רבי איז געוועהן

Blog Image

שולחן מלכים: די ספרים שטוב פון האדמו"ר מסאטמאר הערליך באצירט לכבוד יום טוב שבועות.

Blog Image

הרב שלום רוקח נכדו הגדול פון האדמו"ר מבעלזא ביים תפילין לייגן פאר א בר מצוה בחור מחסידי בעלזא.

Blog Image

גדול השלום: האדמור"ים מפינסק קארלין און לויצק אין א ווארימער שמועס ביי א שמחה די וואך אין ביתר.

Blog Image

מודעה מטעם קהל יטב לב ד'סאטמאר נאכן געהויבענעם יום טוב שבועות בצל הקודש אין קרית יואל, געבנדיג די געלעגנהייט פארן ציבור איבערצולאזן קאמענטארן און הערות צו פארבעסערן די ימים טובים אינעם עתיד.

Blog Image

די הערליכע "כתר תורה" פארן בשותפות'דיגע ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך עדת חסידי בעלזא לכבודו פון האדמו"ר מבעלזא, אין פארם פונעם נאסטאלגישן שוהל אין בעלזא אינדערהיים.

Blog Image

האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק ביים אנטוהן די שטריימל פאר נכדו החתן, בן זקונים פון בנו הגדול הגה"צ רבי אהרן קאהן ראש ישיבת תולדות אברהם יצחק, ערב שבת באווארפן.

Blog Image

האדמו"ר מליזענסק בארא פארק באזוכט ביי האדמו"ר מבאבוב-45 איינצולאדענען צו די חתונה פון א קינד וואס קומט פאר היינטיגן דאנערשטאג אין בארא פארק.

Blog Image

האדמו"ר מסקולען ביים אפגעבן ברכת מזל טוב פארן בר מצוה בחור בן זקונים פונעם פעטער האדמו"ר מסקולען וויליאמסבורג, מיט א ווארעם גלעטל און א גוט ווארט כרדכו.

Blog Image

הגאון הגדול רבי עזריאל אויערבאך שליט"א אויפן פליגער קיין ניו יארק צום מסע חיזוק וואס דער גאון האט אונטערגענומען מחזק צו זיין דעם עולם התורה און אויפטרעטן אלס נואם הכבוד ביים מעמד אדיר "אדירי התורה" דעם זונטאג.

Blog Image

"די הייליגע תחינה" וואס איז פארטיילט געווארך דורך הנהלת ישיבה לצעירים ישועות משה וויזניץ אלס מזכרת פאר די תומכי הישיבה, מיוחד פאר די נשים צדקניות צו מתפלל זיין ביים ליכט צינדן ערב שב"ק.

Blog Image

הרבני הנגיד ר' מענדיל שווימער הי"ו ראש הקהל דקהל יטב לב אין קרית יואל ביים איבערגעבן דעם טשעק מיט די סכום פון א האלב מיליאן דאללער פאר די חברי בד"ץ העדה החרדית, לטובת די קרן הצלה פאר די מוסדות הקדושים על טהרת הקודש.

Blog Image

הנגיד ר' יענקי שווימער הי"ו ביים מקבל זיין ברכת קדשו פון האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק דעם מוצאי שבת העעל"ט.

Blog Image

הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח מבעלזא באזוכט ביי שאר בשרו האדמו"ר ממחנובקא בעלזא איינצולאדענען צו די חתונה פון א קינד וואס קומט פאר דעם חודש סיון.

Blog Image

די נייע טייערסטע ארון הקודש, וואס איז באנייעט געווארן דעם יו"ט שבועות – קבלת התורה אין ישיבת עטרת שלמה – ראשון לציון, פראכטפול קונסטליך און מייסטערהאפטיג געשניצט פון איבער צוויי טאן זילבער, דעקארירט מיט ריזיגע קוואנטומען גאלד.

Blog Image

נייע הערליכע שבועות באצירונג בחצר הקודש וויזניץ מאנסי, אהערגעשטעלט דורך די תלמידי הישיבה.

Blog Image
Blog Image

הגה"צ רבי יעקב בער טייטלבוים שליט"א אבד"ק סיגוט טרעט אויף מיט א דרשה הכנה לקבלת התורה אין די סאטמארע קהילה אין שטאט לעיקוואד.

דער בדחן הרה"ח ר' ישראל שטערן הי"ו פון לאנדאן בים ערהאלטן ברכת קדשו פון האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק נאכן אויפרופן דעם רבי'ן צו מצוה טאנץ ביי די חתונה פון אן אייניקל די וואך.

Blog Image

האדמו"ר מבאיאן ערשיינט צום שמחת הבר מצווה אין ירושלים פון א זוהן ביי מקורבו הנגיד ר' יונתן בלייער הי"ו פון ניו יארק מגדולי תומכי המוסדות.

האדמו"ר מקאסאן באשיינט ביים הכנסת ספר תורה די וואך צום ביהמ"ד הגדול אין קרית טאהש קאנאדע נדבת ליבו פון הנגיד החסיד ר' יצחק יודא לייבוש מערמלשטיין הי"ו פון די נאנטע מקורבים בחצר הקודש קאסאן.

הערליכע מיניאטור פונעם ביהמ"ד הגדול באיאן אין ירושלים, אהערגעשטעלט ביים בר מצוה פאריגע וואך בבית הרבני הנגיד ר' יונתן בלייער הי"ו מגדולי תומכי בית באיאן און פון די בוני הבנין.

זעלטענע מחזה וואו האדמו"ר מפיטסבורג טוט שענקן חיזוק און אויפמערקזאמקייט פאר די טייערע יתומים וואס האבן געפייערט זייער בר מצווה, ביים גייסטרייכן חגיגה דורך די בארימטער "זה לזה" ארגאניזאציע.

האדמו"ר ממעזיבוז האט 'קרישקעס' די וואך באמערקט אויפן ציון הק' אין פרעמישלאן אין די טעג ארום די הילולא קדישא פון הרה"ק רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע ערב ראש חודש סיון.

האדמור"ים מסאטמאר און באבוב 45 ביים מעיין זיין אין דעם הייליגן און היסטארישן סידור פונעם בעשטה"ק, וואס איז א ספעציעלע און זעלטענע פאטאגראפיע פון דעם זעלטענעם סידור אהערגעשטעלט דורך די באקאנטע 'צוף' פובליקאציע פירמע.

Blog Image
Blog Image

האדמו"ר מסאסוב ביים אפשערן אן אייניקל פון מקורבו העסקן הרב אהרן יוסף קארניצער אייגנטומער פון די טיב המצות בעקעריי און פון די חשובע תושבים אין קרית ישמח משה.

Blog Image

א ברכת מזל טוב פאר ר' חיים אלעזר רוזנפלד מנכ"ל מוסדות "בית לפליטות ו"ביחד" לרגל שמחת נישואי בתו הכלה, די שמחת החתונה קומט פאר דעם זונטאג אין די זאל פון פארהאנד אין בית שמש.

א ברכת מזל טוב פאר העסקן ר' אהרן בן ציון ווידער הי"ו, לרגל די שידוך שליסן פון בנו החתן מיט הכלה בת העסקן ר' חיים מושקוביץ מגדולי עסקני בעלזא אין מאנטריאל.

א ברכת מזל טוב פארן יונגן עסקן ואיש המעש החתן יחזקאל פריעזל הי"ו פון שיכון סקווירא לרגל שמחת נישואיו למזל טוב ובשעה טובה ומוצלחת.

Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00