הויפט בלאט קרישקעס קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

געשריבן דורך admin123

דאנערשטאג פ' ויקרא • ה' ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש


האדמו"ר מאמשינוב, בכבודו ובעצמו איז עוסק מיט די הכנות צו יום טוב פסח בביתו נאווה קודש.

האדמו"ר מצאנז קלויזנבורג אין א שמועס מיט הני תרי צנתרי דדהבה, דער משב"ק הרב מנחם מאיר שווארטץ און זיין שוואגער הרב שלמה הערש טויב הי"ו פון קרית צאנז, משב"ק ביי האדמו"ר מצאנז.

Blog Image

האדמו"ר מבעלזא ביים באקוקן די לעבעדיגע פיש לכבוד יום טוב פסח, וואו עס איז געוועהן דער מנהג ביי אדמור"י בית בעלזא.

Blog Image

נייע איינפיר פון הענגען מודעות אין ביהמ"ד הגדול וויזניץ אין מאנסי.

Blog Image

דברי התעורות פון המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב ביי די הארצרייסנדע לוויות אין ירושלים פון די סעדה מוטער און צוויי קינדער וועלכע זענען אוועקגעריסן געווארן אין א טראגישן עקסידענט דעם שבת אין פלעטבוש.

דברי פי חכם חן פון הגאון רבי משה הילל הירש ראש ישיבת סלאבאדקע ביי א כינוס פאר די ראשי הכוללים חפץ חיים, נאכדעם וואס דער טשעירמאן האט באטיטלט דעם ראש הישיבה אלס רשכבה"ג.

המקובל הגאון הצדיק רבי דוב קוק שליט"א ביים אנטוהן א העמדל פון הייליגן באבא סאלי זי"ע.

הנגיד ר' מתתיהו גרוזינגער מגדולי תומכי חצר הקודש וויזניץ, אינאיינעם מיט העסקן ר' יצחק שטערן פון קרית וויזניץ, נאך א מיטונג מיט די משמשים בקודש פון האד' מוויזניץ בבית האכסניא אין לאס אנדזשעלעס זיך גרייטנדיג אויפן רבינס אהייקומען אויף יו"ט פסח.

Blog Image

האד' מסאטמאר ביים פארטיילן די פאנטאסטישע תמיכה פון זעקס טויזענט דאלער פאר די לומדי הכוללים וואס האבן זיך פארהערט אויף פארשידענע מקצועות התורה, ביים מעמד חלוקה די וואך אין קרית יואל, בנדבת לבו פון הנגיד ר' משה יעקב יוסף בראך הי"ו.

די רבי שליט"א ביים ערהאלטן די תמיכה נכבדה וואס דער נדיב האט געשאנקן אלס דורון לתלמיד חכם.

Blog Image

האדמו"ר מצאנז זוועהיל האט קרישקעס באמערקט איין די וואך נאכט באישון ליל אין ביהמ"ד הגדול צאנז קלויזנבורג אין בארא פארק ביים שופך שיח זיין מיטן תהילימל לישועת הכלל והפרט.

הגה"ח רבי משה לאנטשיצקי ראש ישיבת אלכסנדר אין א ריקוד נלהב אינאיינעם מיט הרה"ח ר' אהרן הערשלער מזקני חסידי אלכסנדר ביים הכנסת ספר תורה פאריגע וואך צום נייעם אלכסנדר שטיבל אין בארא פארק.

הגה"צ רבי אברהם הערש וואזנער אבד"ק סאטמאר מאנסי, איז מקיים דעם והדרת פני זקן, ביים באגלייטן אן עלטערע איד אין ביהמ"ד די וואך.

דעם מוצאי שבת איז כ"ק האדמו"ר מלעלוב שליט"א פון בארא פארק אנגעקומען אין שטוב פון ר' סידני סעעדה הי"ו אין פלעטבוש וועלכער האט פארלוירן זיין אשת נעורים און צוויי פון זיינע טעכטער אין א שוידערליכע עקסידענט דעם שב"ק, וואו דער רבי שליט"א איז א לענגערע צייט געזעצן און פארברענגט מיטן ערשיטערטע פאטער אין דעם שווערן צייט, און איהם מחזק געוועהן מיט טרעפליכע חיזוק רייד, באמונה ובטחון.

Blog Image

דער מייסטער גראמער הרב ישראל אדלער טרעט אויף מיט דברי חרוזין ביים מלוה מלכה מוצאי שבת, נאכן געהויבענעם שבת הקהילה בחצר הקודש וויען.

האד' מבעלזא באגריסט דער ירושלימער מעיאר משה ליאון ביים ערשיינען צום מעמד אדיר עשר עטרות די וואך אין די זאלן פון בניני האומה אין ירושלים.

Blog Image

ביים הכנסת ספר תורה די וואך בחצר הקודש וויען מערקט קרישקעס הרה"ח ר' נפתלי לעבאוויטש משב"ק הרה"ק מסאטמאר זי"ע און הרב שמעון מנחם נחום פריעדמאן מסאדיגורא ביים אפווארטן די ספר תורה אין ביהמ"ד הגדול.

Blog Image

די רענטעסטיק פארטי רענטל פירמע ביים אויפשטעלן א ריזיגער שאטער פון 250 פיס לאנג פארנט פון די קעי ראר עם סופערמארקעט אין בארא פארק, צו קענען בעסער אקאמאדירן זייערע קאסטומערס, אצינד אין די פארנומענע ערב פסח סעזאן.

Blog Image

ההאד' מסאטמאר ביים הנחת תפילין פארן בר מצוה בחור אן אייניקל פונעם באקאנטער איש ירושלים הרב ישראל אהרן קלעצקין הי"ו פון לעיקוואד.

Blog Image

האדמו"ר מקאסאן ביים קביעת מזוזה פארן נוטרישעניסט אפטיילונג אינעם צאהלער'ס העלט פוד געשעפט אין בארא פארק.

Blog Image

האדמו"ר מבאיאן ביים שמחת הברית די וואך לבן הנולד ביי הרה"ח ר' יחיאל לודמיר הי"ו פון סטייל הפקות.

Blog Image
Blog Image

האד' מפינסק קארלין מערקט קרישקעס ביים כותל המערבי דעם זונטאג ראש חודש ניסן ביי תפילת מוסף.

Blog Image

האד' מסטריקוב אינעם לוד לופטפעלד, אהיימקומענדיג פון בראזיל, מיט זיין פשטות און ענוות חן אן קיין משמשים אדער גבאים וכדומה.

Blog Image

הגה"צ גאב"ד אנטווערפען שליט"א באגריסט הגה"צ רבי מנחם בן ציון ווארפמאן אבד"ד בוטשאטש מאנסי ביי א מעמד קביעת מזוזה די וואך.

Blog Image

הרב יעקב האפמאן משב"ק האדמו"ר מפשעווארסק אויף זיין ביציקל כמנהג המקום אין אנטווערפען, פארנדיג למעון הקודש פונעם רבי'ן, וואו ער איז עומד ומשמש מיט בנאמנות.

Blog Image

הרה"צ רבי יעקב יוסף האגער בנו הגדול פון האד' מוויזניץ מאנסי וחתן האד' מסקווירא, באזוכט ביים פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א.

Blog Image

האדמו"ר מדינוב ארה"ק האט 'קרישקעס' באמערקט אין קרויס הוטן, ביים איינהאנדלען א נייעם הוט צום פרישן זוממער סעזאן.

Blog Image

מרן פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך ביים בודק זיין די נייע מזוזות וואס א נדיב האט געלאזט שרייבן פארן ספרים שטוב אין די נייע רענאווירטע דירה פונעם גאון.

Blog Image

האדמו"ר מבאבוב ביים שרייבן חידושי תורה אויפן פליגער אהיים נאכן באזוך פאריגע וואך אין אנטווערפען.

Blog Image

ביתו נאווה קודש פון כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א הערליך באצירט לכבוד די הכנסת ספר תורה געשריבן לזכותו דורך עדת חסידי וויען.

Blog Image

הגאון הגדול רבי משה הילל הירש ראש ישיבת סלאבאדקע ביים אנוואונטשן דער בעל צדקה ר' סידני סעדה הי"ו פון פלעטבוש נאך די לוויה פון זיין פרוי און צוויי פון זיינע טעכטער, וועלכע זענען דעם שבת טראגיש אוועקגעריסן געווארן זייענדיג פארמישט אין א עקסידענט.

Blog Image

דער ראש הישיבה ביים סתימת הגולל נאך די הארצרייסנדע לוויה אויפן הר המנוחות.

הנגיד הרב דוד הופשטעטער נשיא מפעל דרשו העולמי באזוכט ביים ראש הישיבה הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א אין בני ברק.

Blog Image

האד' מפינסק קארלין אויף א באזוך די וואך ביי האד' מסערט וויזניץ נאכן מתפלל זיין ביי די מקומות הקדושים אין חיפה והגלילות.

Blog Image

הרב יענקל מיללער יארמער רב בקודש פנימה ביי האדמו"ר מסקווירא די וואך, לרגל די בר מצוה פון א אייניקל, א זוהן פון זיין איידעם הנגיד ר' אהרן נאה.

חק ולא יעבור: דער בעל מנגן ר' זאנוויל וויינבערגער הי"ו ביים אריינכאפן דעם עמוד היומי דק"ק דושינסקיא אויפן פליגער אהיים קיין ארץ ישראל זייענדיג מקיים דעם 'ובלכתך בדרך'.

Blog Image

אין א זעלטענעם ערשיינונג האט זיך כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזנבורג שליט"א די וואך משתתף געוועהן ביי די חתונה בזיווג שני פון הרבני הנגיד ר' יעקב יוסף גראס הי"ו דער רוקן ביין פון קהילת ומוסדות צאנז קלויזנבורג די בכל אתר ואתר, וועם דער רבי שליט"א האט זעלבט אונטערגעפירט אונטער די חופה, אלס דער עמוד מצד החתן.

פאריאהר נאך די פריצייטיגע פטירה פון מרת גראס ע"ה האט דער רבי שליט"א מיטגעהאלטן די לוויה און מספיד געוועהן, זייענדיג זיך משתתף בצערו פונעם חשובן נדיב און אצינד – א קארגע יאהר דערויף האט זיך דער רבי מיטגעפריידט בשמחתו אויף א אויסערגעווענליכע אופן יותר מהרגלו, אלס הכרת הטוב פאר זיינע ריזיגע צדקות פארן צאנז קלויזנבורגער קהילה בכלל און פארן רבינס פריוואטע צדקה קאסע בפרט.

Blog Image

הגאון רבי מאיר הייזלער ראש ישיבת קאבנא טאנצט מיט זיינע באליבטע תלמידים ביי א שבע ברכות די וואך פון א אייניקל וואס איז פארגעקומען אין בארא פארק צוגעשטעלט דורך די תלמידי ויוצאי הישיבה.

איבערראשונג ביים שלש סעודות התוועדות בצל המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א דעם שבת אין בית שמש, ווי עס איז ארויפגעברענגט געווארן א כבש אויפן טיש, זכר לקרבן פסח.

די פייערדיגע מצוה טאנץ פון המשפיע הרה"צ רבי מנחם מענדיל מאסקאוויטש שליט"א רב דקהל אזמרה אין צפת ביי די חתונה פון בנו החתן די וואך.

הרב שמואל טייטלוים משב"ק האד' מסאטמאר באגריסט הרב זלמן לייב טייטלבוים בן הגה"צ אבד"ק סאטמאר וויליאמסבורג, נכד האדמו"ר מסאטמאר, ביי א שמחה די וואך.

Blog Image

האד' מאלכסנדר איז עוסק בתורה אויפן פליגער אהיים קיין ארץ ישראל נאכן געהויבענעם באזוך אין אמעריקא.

Blog Image

האדמו"ר מבעלזא ביים דורכליינען די די מכתב קודש וואס האדמו"ר מבאיאן האט געשיקט צום היסטארישן מעמד עשר עטרות דורך קהל מחזיקי הדת בעלזא, מיט א שליח מיוחד הגאון רבי צבי רבינוביץ ראש ישיבת רוזין באיאן.

Blog Image
Blog Image

האדמו"ר מסקולען מאנסי ביים אפשרייבן א קוויטל להיזכר לטובה זייענדיג מתפלל ביים ציון הק' פון הרה"ק מסקווירא זי"ע ביומא דהילולא ב' ניסן.

Blog Image

דער בעל מנגן ר' דובי מייזעלס האט קרישקעס די וואך באמערקט ביים שמחת הבר מצוה בבית האדמו"ר מניקלשבורג בארא פארק.

Blog Image

האדמו"ר מלעלוב ניקלשבורג באזוכט די וואך ביי מחותנו הגה"צ גאב"ד מירון שליט"א, נאכן וויילן שבת ביים ציון הק' פון התנא האלוקי רשב"י.

Blog Image

תקיעות שופר ביים חומש סעודה אין תלמוד תורה דרכי אבות אין קרית צאנז נתני' מיט אן אייגנארטיגע תימן'ער שופר.

Blog Image

מעבדות לחירות: דער באקאנטער ר' אברהם קרויזער הי"ו וועלכער איז בארבאריש אטאקירט געווארן פארלאפענעם ל"ג בעומר אין מירון, האט קרישקעס באמערקט אין די קארלינער מצה בעקעריי ביים מצות באקן לקראת חג הפסח.

Blog Image

הגה"צ אבד"ק קרית וויזניץ שליט"א ביים שמחת הכנסת ספר תורה צום נייעם בנין הישיבה קטנה דחסידי וויזניץ בארא פארק נדבת הנגיד ר' בנציון לעבאוויטש הי"ו.

Blog Image

הרה"ג רבי פנחס פרידמאן שליט"א ראש הכוללים דבעלזא ביים איבערגעבן זיין נייע הגדה של פסח 'שבילי פנחס' צו מורו ורבו האד' מבעלזא מיט וועם ער האט די זכי' צו לערנען בחברותא צענדליגער יאהרן.

Blog Image

ברכת צדיק: האדמו"ר מנדבורנא צפת בענטשט הרה"צ רבי מענדיל מאשקאוויטש רב דקהל אזמרה אין צפת, ביים שבע ברכות פון בנו החתן אין צפת.

Blog Image

ביים שמחת הווארט צום שידוך שליסן די וואך פון החתן זוהן פון הרה"ח ר' מאיר סטאריק הי"ו ראש המשוררים בחצר הקודש תולדות אהרן מיט הכלה בת העסקו הרה"ח ר' יעקב אליעזר שישא יו"ר ארגון בנינו.

Blog Image

דער באקאנטער רפואה-עסקן הרב אלימלך פירער הי"ו באזוכט אין די טיב המצות בעקעריי בהנהלת העסקן ר' אהרן יוסף קורניצער הי"ו.

Blog Image

האדמו"ר מקאסאן אין א באגעגעניש מיט הרה"צ רבי אהרן מענדיל טווערסקי בנו הגדול פון האד' מסקווירא ביי א שמחה די וואך אין בארא פארק.

Blog Image

א ברכת מזל טוב פאר כלל ישראל'ס שופר הר"ר יצחק שלמה דרעזדנער הי"ו לרגל די געבורט פון זיין אייניקל למזל טוב.

Blog Image

א ברכת מזל טוב פאר העסקן ר' שאול לאנדא הי"ו נאמן ביתם פון אדמור"י בית פיטסבורג צום בר מצוה פון זיין זוהן למזל"ט.

Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00