הויפט בלאט קרישקעס קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

געשריבן דורך admin123

דאנערשטאג פ' דברים • ד' אב תשפ"ד | בחצרות הקודש


דעם זונטאג ביים קורצן באזוך פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין ליזענסק האט זיך דער רבי שליט"א באגעגענט מיט כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א וועלכע געפינט זיך אין די יעצטיגע טעג אין ליזענסק, דער רבי האט אים באגריסט מיט א ברכת שלום ואף הוא מברך לעומתו און געזאגט אז היינט איז א פאסיגער טאג פארן ברכת ה'שלום' שטייענדיג אים ר"ח אב, אהרן הכהן'ס יארצייט, וואס איז געווען דער אוהב 'שלום' ורודף 'שלום', אויף וואס דער רבי האט משיב געווען מיט א מליצה, 'איך הייס דאך 'אהרן' און איר זענט דאך א 'כהן' צוזאמען איז דאס אהרן הכהן'….

Blog Image

האד' ממעזבוז ביים השתטחות אויפן ציון הק' פונעם הייליגן צאנזער רב בעל דברי חיים זיע"א.

Blog Image

האדמו"ר מבית יצחק ספינקא בנאות דשא אויף די ליידיגע וויליאמסבורגער גאסן.

Blog Image

האד' מביאלא רמת אהרן האט קרישקעס די וואך באמערקט אויף די שטילע בארא פארקער גאסן כאחד האדם.

Blog Image

הרבני הנגיד ר' אליש ענגלאנדער הי"ו באזוכט אינעם אכסניא פונעם ראש ישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א אין לאנדאן וואו ער האט זיך אנגערופן מיט א סכום הגון לטובת די 'קרן עולם התורה' לכבוד דעם ראש הישיבה'ס באזוך אין שטאט.

Blog Image

המברך יתברך: ביים באזוך די וואך פון הגה"צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט"א נשיא ישיבת תורת חסד ביי האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א אין קרית יואל.

Blog Image

שטייענדיג אין די שטילע ימי בן המצרים ווען עס איז נישט דא קיין חתונות, האט 'קרישקעס' באמערקט די בעלי מנגנים פון די מלכות קאפעליע  אין שפיץ פון ר' פנחס ביכלער אין ר' מאיר אדלער אויסנוצנדיג די צייט אין בית המדרש על התורה ועל העבודה, אשרי חלקם.

Blog Image

הרה"צ רבי חיים מאיר האגער בנו יחידו פון האד' מוויז'ניץ ביי תפילת מעריב אינעם לופטפעלד מיט א גראפע חסידים, נאכן באגלייטן דעם רבי'ן שליט"א אויפן וועג אהיים פונעם קורצן באזוך אין אמעריקא.

Blog Image

ביים מסע הקודש פון האד' מסאטמאר צו די מקומות הקדושים אין אייראפע, האט 'קרישקעס' באמערקט הגה"צ אב"ד סאטמאר 15 שליט"א, ארומגיין נאכן דאווענען מזכה זיין אידן לטובת צדקת רבי מאיר בעל הנס.

Blog Image

הנגיד ר' אליעזר קעסטענבוים הי"ו ווערט געזעהן ביים ציון הק' פון הרה"ק רבי מרדכי מנדבורנא זי"ע אין בישטינא אין די מסוגל'דיגע ניין טעג.

Blog Image

האד' מסקווירא מאנסי ביים השתטחות בפישוט ידים ורגליים אויפן ציון פונעם זיידן הרה"ק רבי איציקל השני מסקווירא זיע"א.

Blog Image

הרב עמרם שפירא נאמן ביתו פון הגה"ק גאב"ד ירושלים זצ"ל ביים סעודת הילולא לרגל די צווייטער יארצייט פונעם רב זצ"ל דורך די רשת מבצר הכוללים בנשיאותו אין שטאט בית שמש.

Blog Image

די בארימטע חוקר וידען נפלא הרה"ג רבי אהרן יהודה גארדאן שליט"א ר"מ במתיבתא באבוב 45 אין בארא פארק, ביים אויפטרעטן מיט א דרשה פאר די חשובע בחורי חמד תלמידי ישיבת באבוב 45 אין ארצינו הק' נאכן פראווען א דערהויבענע שבת התאחדות מיט די בחורים.

Blog Image

המשפיע הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב אין אתרא קדישא מירון אין א שמועס מיט העסקן הרב נחמן שניצער מנהל הכנסת אורחים אוהל הרשב"י אין מירון.

Blog Image

שיחת חסידים אין ליזענסק: הרב משה יוסף צימענט משב"ק האד' מתולדות אהרן, אין א שמועס מיט ר' הערצקא שטיין הי"ו און הרב שמואל פריעדמאן הי"ו משמשים בקודש ביי האד' מסאטמאר.

Blog Image

האדמו"ר מפיטסבורג ביים פארזינגען דער ניגון "למקדשך תוב" פון זיין פאטער כ"ק האדמו"ר מפיטסבורג זצ"ל, ביי א שמחה, אין די יעצטיגע ימי בין המצרים.

אין די ווייטע אייראפע האט 'קרישקעס' באמערקט די פאטאגראפירער בחצרות הקודש ר' אברמי בערגער ביים זיך אויסבעטן אלעס גוטס ביי די ציונים הק' נאכן באגלייטן די גסע מסע הקודש פון האד' מסאטמאר צו די קברי אבות.

Blog Image

דער יונגער פאטאגראפירער בחצרות האדמור"ים איתי קצב ביים ערהאלטן ברכת קדשו פונעם ראש ישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א.

Blog Image

בהאיך אנפין נקים קמי מלכא: חסידי וויז'ניץ ציילן די שעות צום באזוך פאריגע וואך פון האד' מוויז'ניץ אין ניו יארק.

Blog Image

האד' מקאסוב ביים עולה זיין לתורה דעם ראש חודש אב אין ביהמ"ד הגדול באבוב אין בארא פארק, ביומא דהילולא פון הרה"ק בעל 'דברי שלמה' מבאבוב זצ"ל.

Blog Image

תלמידי ישיבת פני פנחם בנשיאות הגאון רבי שאול אלתר שליט"א ראש הישיבה אויף א באזוך במעונו פון הגאון הגדול רבי דוב לאנדא ראש ישיבת סלאבאדקע וואו די בחורים האבן זיך פארהערט ביים ראש ישיבה אויף די לימודים פון דעם זומער זמן.

Blog Image

הנגיד ר' אברומי זופניק בקודש פנימה ביי האד' מנדבורנא בבית האכסניא אין לאנדאן בעת דעם רבינס קורצע באזוך פאריגע וואך אין לאנדאן לטובת מוסדותיו.

Blog Image

האד' מסקולען וויליאמסבורג ביים זאגן די מי שברך לחולה, לרפואת אחיו הגדול האד' מסקולען נאכן עולה זיין לתורה.

הגה"צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט"א נשיא ישיבת תורת חסד – לאנדאן אויף אפרוה אין קרית יואל.

Blog Image

הרה"ח ר' מרדכי יצחק סאמעט הי"ו ביים מקבל זיין ברכת הקודש פון האד' מתולדות אברהם יצחק ביי א באנקעט אין קרית יואל לטובות השלמת ביהמ"ד הגדול דחסידי תולדות אברהם יצחק אין ירושלים.

Blog Image

האד' מתולדות יהודה איז מתפלל ביים ציון פון הגה"צ חסידא ופרישא רבי אהרן מרדכי רוטנער זצ"ל לרגל די ערשטע יארצייט וואס איז אויסגעפאלן די וואך.

Blog Image

האדמו"ר מתולדות אהרן ביים אניצינדן דעם 'נר תמיד' ביים ציון הק' פונעם הייליגן ר"ר אלימלך זיע"א אינעם 'חדר הכהנים' ביים ציון הק'.

Blog Image

האד' מסאדיגורא ביים עוסק זיין בתורה וויילנדיג אין אראזא שווייץ אויף אפרוה.

Blog Image

האד' מקרעטנשיף סיגוט אין די הר שמואל געגענט אין ירושלים אויף אפרוה.

Blog Image

האד' ממעזיבוזש ביים אויפשטייגן דעם פליגער קיין אוקריינע פוקד צו זיין דעם ציון הק' פון זקינו הרה"ק רבי מרדכי'לע מנדבורנא זי"ע אין די ניין טעג.

האדמו"ר משומרי אמונים אשדוד טרעט אויף מיט א שיחת חיזוק אין ישיבה קטנה טשארנאביל אין אשדוד.

Blog Image

כ"ק האד' מספינקא וואס וויילט די טעג אין ארצינו הקודש אויף א באזוך ביי מורו ורבו הגה"צ גאב"ד מאקאווא שליט"א.

Blog Image

האדמו"ר מקאפיטשניץ אויף א תפילה ביים שריד בית מקדשינו דער כותל המערבי לרגל די ניין טעג.

Blog Image

בין הזמנים שלי עולה על הכל • קאמפיין צווישן בחורי ביאלא זיך אנצושליסן אין די בין הזמנים פראגראם בקרב הקהילה צוגעשטעלט דורך חבורת בני ציון פאר די בחורי חמד.

Blog Image

הגה"צ אב"ד קאפיש מאנסי שליט"א באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מקאשוי שליט"א במעונו אין מחנה ברכות שמים אין אלסטערהייטס יצ"ו.

Blog Image

האדמו"ר מזידיטשוב ווערצקי ביים פקד זיין די ציון הק' פונעם הייליגן מלשבוש פון זידיטשוב אין שטאט מונקאטש ווי די רבי האט זיך באגעגענט מיט איינע פון די יודן מתושבי המקום און געהערט איבער די אידישע היסטאריע פונעם שטאט.

Blog Image

האד' ממעזיבוז באזוכט ביי ש"ב האד' מפיטסבורג נאכן וויילן שבת אין אשדוד.

Blog Image

 א ברכת מזל טוב פאר העסקן ר' ישראל בער רייזמאן הי"ו מגדולי עסקני ק"ק סאטמאר לרגל שמחת הולדת בנו בכורו למזל טוב.

Blog Image

א ברכת מזל טוב פאר האברך החשוב ר' חיים מאיר גראס מחשובי עסקני ק"ק וויז'ניץ לרגל שמחת הולדת הבן למזל טוב.

Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00