הויפט בלאט בילדער קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

געשריבן דורך admin123

דאנערשטאג פ' טהרה • כ"ט ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש


האדמו"ר מוויזניץ בית שמש איבער די שלום אין וויזניץ, ביים מנחם אבל זיין די וואך ביי משפ' וויינפעלד אין ירושלים.

האדמו"ר מליסקא איז עוסק בתורה מיט אן אייניקל, אין א ריהעב אויסער די שטאט נאך וואס דער רבי איז בחסדי שמים באפרייט געווארן פון שפיטאל נאכן ליגן עטליכע וואכן על ערש דווי.

האדמו"ר מבאבוב 45 אינעם פסח קאך בבנין ביה"ד הגדול באבוב 45 ביים מיטהאלטן וואו די בחורים גרייטן צו די מאכלים צו די סדרים בלילי פסח.

Blog Image

ברכת התורה פונעם ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א צום נדיב ר' יואל לעפקאוויטש הי"ו אייגנטומער פון די "ענוויזיען" פירמע.

Blog Image

דער געווינער פון די באקאנטע סדר ראפעל פון עזר לישיבות, געווארן ארויסגעצויגן נעכטן נאכט, איז בית האדמו"ר מבאבוב-45.

Blog Image

דער סדר טיש הערליך שיין צוגעגרייט בחצר הקודש סערט וויזניץ, וואו עס האבן מסיב געווען די משפחת המלוכה אינאיינעם מיט די הונדערטער בחורי החסידות.

Blog Image

פייערדיגע דיבורים פונעם לעגענדארע משב"ק אין בעלזא הרב שמעון וואלף קליין ביי אן אסיפת הכנה צום גראנדיעזן שבת לנגידים וואס האדמו"ר מבעלזא וועט אפרעכטן די קומענדיגע שבת פ' אחרי קדושים אין די גיגאנגיטער די סיטי פעסטונג בגלילות ירושלים, לטובת מרכז מוסדות בעלזא.

סוף זמ"ן שריפת חמץ: האדמו"ר מראחמיסטריווקא ווערט באמערקט זאגן כל חמירא ביי שריפת חמץ מיט א סעלפאון אין די האנט יוצא צו זיין אלע שיטות איבער'ן סוף זמן שריפת חמץ.

Blog Image

האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג ביים אנגיסן כוס של ברכה פאר הרה"צ רבי בעריש רובין שליט"א מדאמבראווא ומנהל כולל חיבת ירושלים, נאכן סעודת הילולא פונעם הייליגן צאנזער רב זי"ע די וואך.

Blog Image

נייע פראכטופלער סטענדער וואס האדמו"ר מפשעווארסק האט באיינעט דעם יום טוב פסח אינעם ביהמ"ד הגדול והחדש אין אנטווערפען.

Blog Image

ניו יארק סיטי מעיאר מאמדאני ווערט געזען מיט א שאכטל 'קרית יואל מצות" וואס ער האט ערהאלטן לכבוד פסח.

Blog Image

כאן יבנה: ריזיגער שילד מיטן אילוסטראציע פונעם ביהמ"ד הגדול סטיטשין אין בארא פארק, ביים גרויסן שטח וואס מען האט נישט לאנג צוריק אפגעקויפט הארט נעבן די ביז יעצטיגער ביהמ"ד אויף די 50'טע גאס ביי די זעכצענטע עוועניו.

Blog Image

ברכת החג וואס האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה האט געשיקט צו די חסידים און תומכים אין ניו יארק באגלייט מיט מצות מצוה וואס דער רבי האט געבאקן לקראת חג הפסח.

Blog Image

האדמו"ר מקאליש קוקט זיך אום ביי די אנגייענדע בוי ארבעט ביים נייעם קאלישער קעמפ אין די קעטסקילס.

Blog Image

דער מעיאר פון שטאט קרית אתא יעקב פרץ פארקויפט זיין חמץ ביים מאקאווא רב שליט"א מחשובי הרבנים אין שטאט.

Blog Image

שאיבת מים שלנו אויפן אלטן פארצייטישן שטייגער אין קהל אגודת ישראל וויען – עסטרייך.

האדמו"ר מוויזניץ פארפירט א שמועס מיט מקורבו שלוחא דרבנן הרב יעקב טעסלער הי"ו ביי איינע פון די חול המועד טישן דעם יום טוב פסח.

Blog Image

הכנות צום גרויסן שבת הילולא בחצר הקודש ביאלא, אפצייכנענדיג די צווייטע יארצייט פון כ"ק אדמו"ר מביאלא זצ"ל; די סעודת שבת פאר די הונדערטער חסידים צוגעגרייט כיד המלך אינעם בנין ביהמ"ד הגדול גור אין ירושלים.

הרה"ח ר' שלמה הערש עקשטיין הי"ו ביי די העפטיגע הכנות אין צאנז פולין ערב די הילולא קדישא פונעם הייליגן צאנזער רב זי"ע.

די מעמד "זכרונות ימי קדם" אפגעהאלטן געווארן דעם חול המועד פסח אין ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען וואו די זקני החסידים ופני העדה האבן דערציילט פון זייערע זכרונות און איבערלעבענישן בצילו פון הרה"ק רבי איציקל מפשעווארסק זי"ע.

האדמו"ר מסאטמאר שפאצירט אהיים נאכן דאווענען חול המועד פסח ארומגענומען מיט פרחי החסידים, די בחורי החסידות.

דער בארימטער פאטאגראפירער בחצרות הקודש ר' דוב לענטשעווסקי איז מהנה בשירה ובזמרה ביים יערליכן "מודזיצער פארברענגט" פארלאפענעם חול המועד פסח אין בארא פארק.

די לעגנדארע מוזיקאנט הרב מונה רוזנבלום ביים מהנה זיין דעם ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א ביים שמחת החג דעם חול המועד פסח במעון תורתו אין בני ברק.

הרב יוקל ווייס משב"ק האדמו"ר מוויזניץ ביים ערהאלטן מצה לשמירה פונעם רבי'ן נאך איינע פון די טישן דעם חול המועד פסח.

Blog Image

האדמו"ר מסקולען לעיקוואד ביי א וויכטיגע הזכרה בשעתן מצות באקן אין די טעג בעפאר יום טוב פסח.

Blog Image

האדמו"ר מלעלוב ניקלשבורג ביים פארצייכענען די מצות וואס ער האט געבאקן אין די ערבי פסחים טעג אין די בארימטער "אירנשטיין" מצה בעקעריי אין אשדוד.

Blog Image

דער נאסטאלגישער 'הכנסת אורחים שטיבל' אונטער די הייליגע מערה פון רבי שמעון בר יוחאי, סמוך צום פתח המערה, איז אין די טעג אריבער א פולשטענדיגע רענאוואציע און אויפגעפרישט געווארן אלס א שיינער זאל וואו אידן דערקוויקן זיך א גאנץ יאר מיט נארהאפטיגע מאלצייטן צוגעשטעלט דורכן 'הכנסת אורחים רשב"י'.

Blog Image

בחורים ובסדקים: האדמו"ר מבאבוב 45 ביים גרינטליך בודק חמץ זיין דעם זילבער שאנק בביתו נאווה קודש, שטייענדיג אויף א בענקל.

Blog Image

הרבני הנגיד ר' ליפא פריעדמאן הי"ו מגדולי עסקני ק"ק סאטמאר און זון פונעם לעגענדארע משב"ק בבית סאטמאר הרב משה פריעדמאן, אין א שמועס מיט הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו משב"ק האדמו"ר מסאטמאר, נאכן זיצונג בקודש פנימה וואו מען האט דן געווען איבער די בעפארשטייענדע חלוקת הירושה פון הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע צווישן בניו האדמור"ים ורבנים שליט"א.

Blog Image

די מעמד החלוקה לכבוד יום טוב פסח דורך די וואוילטעטיגע ארגאניזאציע "טובה וברכה" אין שפיץ פונעם אורח הדגול המשפיע הרה"צ רבי יודל דייטש שליט"א וועלכער האט פאקטיש דורכגעפירט די אסטראנאמישע 50 מיליאן דאללער טראנזאקציע פאר טויזנטער משפחות נצרכות.

די הכנות צום יום טוב פסח בביתו נאווה קודש פונעם סאטמארער רבי'ן אין קרית יואל וואו הונדערטער חתנים האבן מיטגעהאלטן די סדרים ביידע נעכט יום טוב בצל קדשו פון רבי'ן.

האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג איז מבדיל על הכוס דעם מוצאי יום טוב פסח אויף ביר וואס איז געקויפט געווארן פונעם גוי נאך יום טוב, כמנהג זקינו הרה"ק מצאנז זי"ע.

Blog Image

הרה"צ רבי נחמיה אלתר שליט"א בן האדמו"ר מגור איז מחזק די עוואקואירטע משפחות דחסידי גור אין ערד וועלכע זענען איינקווארטירט געווארן אין די היימישע האטעל אויף רחוב ירמיהו ירושלים.

האדמו"ר מסאטמאר ביים פארטיילן העכער 1,000 טשעקס אין סך הכל ווערד פון ״העכער א מיליאן דאלער״ פאר די ראשי הכוללים פון די בארימטער ״כוללי תורה ויראה ד׳סאטמאר״ צו פארטיילן פאר די רבני ולומדי הכולל.

האדמו"ר מסקולען מאנסי שטייט כחסיד מן השורה ביי די מצוה טאנץ פון האדמו"ר משענדישוב ביים שמחת החתונה פון א אייניקל אין שטאט מאנסי. דער סקולענער רבי פאררעכנט זיך אלס א תלמיד פונעם שענדישובער רבי'ן משנות צעירותו.

Blog Image

המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב ביים פארקויפן די חמץ ערב יום טוב פסח ביי די שוואגערס האדמור"ים מזוטשקא.

Blog Image

האדמו"ר מבאיאן ביים זאגן די ברכות אויף דונערן און בליצן בשעת די ווילדע שטורעמעס דעם ראש חודש ניסן אין ירושלים.

Blog Image

שעונים עליו דברים הרבה: האדמו"ר מבאבוב 45 ביי א דרינגענדע הזכרה בין גברא לגברא בשעתן מצות באקן אין די טעג בעפאר יום טוב פסח.

Blog Image

פול-געפאקטער ציבור אין בית המדרש הגדול סאטמאר אין וויליאמסבורג ביים גייסטרייכן 'מעמד צפונות וגנוזות' מיט הרבני הנגיד ר' יודל מאנדל הי"ו, ווי ר' יודל האט צום ערשטן מאל געעפענט פאר'ן ברייטן ציבור א גאר קליינעם חלק פון זיינע היסטארישע כתבי ידות און מכתבי קודש פון גאוני עולם וצדיקים מפורסמים וואס ליגן אין זיין היסטארישן אוצר, פארציילנדיג דערביי גאר וואונדערליכע חידושים אנבאלאנגט די כתבי ידות.

Blog Image
Blog Image

דער מלכות'דיגער סדר טיש פון האדמו"ר מסאטמאר גאר רייך און מאיעסטעטיש צוגעגרייט מיט הערליכע און קעניגליכע כלי כסף וזהב, און אויסגעצירטע דעקאראציעס עמברוידערד און אויסמאלן אויף שיינע ווייסע סחורה אויסגעשפרייט איבער די ווענט פון ביהמ"ד ברך משה בביתו נאוה קודש.

Blog Image

ר' יוחי פליישמאן הי"ו פון די בארימטער YF פראדאקשענס ביים קאארדינירן די 'לשובע ולרזון' נאכטמאלן אין די עדן פאלאס זאל אין וויליאמסבורג, נתנדב געווארן דורך הרבני הנגיד ר' שלמה פעדער הי"ו אין די ערב פסח סעזאן פאר א מינימאלן אפצאל.

Blog Image

הגה"צ אבד"ק אמונת ישראל שליט"א ביים פארקויפן די חמץ פון בני קהלתו ביי חותנו האדמו"ר מסערדאהעלי.

Blog Image

די מחותנים האדמור"ים מתותר חכם און אשלג ביים באטראכטן זייער ניי געבוירן אייניקל, בת הנולדה ביי הרב יעקב מארגנשטערן שליט"א.

Blog Image

האדמו"ר מגארליץ ביים צייגן די היסטארישער סידור פון זקינו הגה"ק בעל מנוחת אשר מטשענגער זי"ע פאר האדמו"ר מסקאליע ביי א באזוך דעם חול המועד פסח.

Blog Image

הרה"צ רבי מאיר משולם הלברשטאם שליט"א בנו הצעיר פון האדמו"ר מצאנז אויף א באזוך דעם חול המועד פסח ביי הנגיד ר' מיכל ראזנבערג הי"ו אין מאנטריאל, זייענדיג צוגאסט אויף יום טוב ביים שווער הגה"צ אבד"ק ראשית חכמה מאנטריאל שליט"א.

Blog Image

האדמו"ר מוויזניץ ביים באגריסן דעם באקאנטן עסקן ר' יעקב שישא שליט"א לרפו"ש מנהל ומייסד ארגון טוב וחסד און בננו ביים סעודת חול המועד אינאיינעם מיט די תומכים פונעם רבינס קמחא דפסחא.

Blog Image

האדמו"ר מפינסק קארלין קוקט ארויס צום מקום המקדש אויפן טעראסע בבית הנגיד ר' אהרן גאטליב הי"ו אין ירושלים קעגנאיבער דעם מקום המקדש.

Blog Image

האדמו"ר מרימינוב ביים מקיים זיין די זעלטענע מצוות עשה דאורייתא פון שילוח הקן אויף די גאסן פון בארא פארק, דעם חול המועד פסח.

Blog Image

האדמו"ר מוויזניץ לערנט בחברותא מיט נכדו הבה"ח אברהם דוד האגער ני"ו בעת די שיעורי תורה ברבים דעם חול המועד אין ביהמ"ד הגדול מרכז חסידי וויזניץ.

Blog Image

חייב אדם להקביל פני רבו ברגל: הונדערטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן שלענגעלן זיך דורך ביים פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך זיך צו וואונטשן לכבוד המועד.

Blog Image

האדמו"ר מבאיאן אויפן וועג אהיים פון ביהמ"ש נאך תפילת שחרית דעם חול המועד פסח אינאיינעם מיטן משמש בקודש הרב מרדכי דוד שנייד הי"ו.

האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה ובניו ביי ברכת אילנות דעם חול המועד פסח אינעם חצר פון הנגיד ר' אהרן גאטליב הי"ו אין ירושלים.

Blog Image

די צוויי עסקנים דגולים ר' יצחק ברוך שפיטצער און ר' ישעי בערנאטה מראשי חברה הצלה מערקט "קרישקעס" ביים עוסק זיין בתורה אינעם נייעם היכל התורה לב אהרן ד'סאטמאר אין מאנטשעסטער.

Blog Image

די בארימטע רענטעסטיק פירמע ביים אויפשטעלן טענטס אין בעפארגרייטונג צום יארצייט טיש כ"ו ניסן ביים ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל.

Blog Image

דעם חול המועד ביי איינע פון די טישן בחצר הקודש באבוב איז הרב מרדכי זאב דושינסקיא בנו הצעיר פון האדמו"ר מדושינסקיא צוגעקומען צום באבובער רב און געבעטן א שמורה מצה פאר זיין טאטנס וועגן, דער רב שליט"א האט צוגעשטימט בחפץ לב און געשיקט א פריסת שלום און ברכת החג מריקוד מקום וקירוב הלב.

Blog Image

ביים גרויסן מעמד דורך חבורת 'אתכנשו' באמערקט "קרישקעס" דער משפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב ביים בענשטן דער בארימטער בעל מנגן וחזן ר' ישראל אדלער נאכן מהנה זיין ביים מעמד.

Blog Image

צווישן די משתתפים ביים מעמד ווערט אויך באמערקט הרה"ח ר' יעקב אורי הי"ו משב"ק האדמו"ר מראחמיסטריווקא.

Blog Image

הגאון רבי פנחס פריעדמאן ראש הכוללים דבעלזא באזוכט ביים ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר נאכן מיטהאלטן דעם שיעור כללי וואס דער ראש הישיבה האט איבערגעגעבן לכבוד המועד אין ביהמ"ד הגדול פני מנחם.

Blog Image

די ברידער הרה"צ רבי אהרן מענדיל און הרה"צ רבי יצחק טווערסקי בני האדמו"ר מסקווירא ביי מכירת חמץ ביי הגה"צ רבי ווסף ישראל אייזנבערגער דומ"ץ שיכון סקווירא.

Blog Image

די פראכטפולע סדר טיש אנגעגרייט כיד המלך אין ביהמ"ד הגדול וויזניץ אין בני ברק פארן רבי'ן ומשפחתו און די הונדערטער בחורים וואס האבן געהאט די זכיה מסיב צו זיין על שולחן מלכים ביים סדר נאכט.

האדמו"ר מקאזניץ ווערט געזעהן פארלאזן דעם ליידן רחבת הכותל נאך וואס דער רבי איז אריינגעלאזט געווארן מיט ספעציעלע ערלייבעניש טראץ די צוימונגען ביים כותל צוליב די מלחמה צישטאנד אין ארץ ישראל.

Blog Image

הגאון רבי שלום בער סורוצקין ראש ישיבת עטרת שלמה פארברענגט מיט הגה"צ רבי יצחק מאיר מארגנשטערן האדמו"ר מתורת חכם בעת דער סעודת חול המועד במעונו אין ירושלים.

Blog Image

העסקן הרב עזרא פריעדלענדער באמערקט "קרישקעס" אינעם מונקאטשער מצה בעקעריי ביים ערהאלטן ערב פסח מצות וואס האדמו"ר ממונקאטש האט געשיקט אויף יום טוב צו אביו האדמו"ר מליסקא לרפואה שלימה.

מכירת חמץ במעונו פון האדמו"ר מקאסאן אין שטאט לינדען אינאיינעם מיט די רבני העיר.

Blog Image

האדמו"ר מנדבורנא חיפה מערקט "קרישקעס" זיצנדיג אויפן שטוהל פון כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ זצ"ל בעל חכמת אליעזר וואס איז געבויט געווארן בשנותיו האחרונות מיט פארשידענע באקוועמליכקייט.

Blog Image

האדמו"ר מראחמיסטריווקא ביים אנוואונטשן דער רב הכותל הרב שמואל רבינוביץ נאכן מתפלל זיין ביים כותל המערבי פארלאפענעם ערב שביעי של פסח.

Blog Image

העסקן הרב אפרים שטערן מראשי הנהלת העדה החרדית מערקט "קרישקעס" צווישן די טויזנטער אידן וועלכע האבן דעם חול המועד באלאגערט דעם מעון הקודש פונעם פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א להקביל פניו ברגל.

Blog Image

הרב חיים שלמה פישער משב"ק האדמו"ר מסאטמאר מערקט "קרישקעס" ביים מצות באקן אינעם רבינס חבורה דעם ערב פסח.

Blog Image

הגאון רבי שמואל חיים סאלאווייטישק שליט"א מרבני ועד הכשרות פון די עדה החרדית ווערט געזען אריינווארפן מטבעות אין ים המלח, אויף וועלכן מ'האט אויסגעלייזט די מעשרות, אום ערב שביעי של פסח דער זמן פון ביעור מעשרות פונעם יעצטיגן מחזור השמיטה.

Blog Image

דער בעל מגן ר' מושי אייזנבערג הי"ו פון די ראשי המשוררים אין די סקווירא קאפעליע איז מהנה אינאיינעם מיט די סאטמארער קאפעליע ביים גרויסארטיגן מעמד "מסירת מתנת כהונה" דורך האדמו"ר מסאטמאר דעם חול המועד פסח.

Blog Image

האדמו"ר מבאבוב ביים שענקן א שאכטל ערב פסח מצות פאר מקורבו העסקן הרב חזקי' ראזנבערג הי"ו מראשי העסקנים בחצה"ק באבוב.

Blog Image

האברך החשוב ר' דוד יארסלאוויטש הי"ו פון די "די וואך" שטאב ביים ארויפנעמען די טויזנטער קינדער וועלכע האבן מיטגעהאלטן די "וואונדערטאג" מעמד דורך "וואונדערקינד" אין בארא פארק אין טאג פון בדיקת חמץ.

Blog Image

האדמו"ר ממשכנות הרועים ביים ארויסקוקן מיט א "קוקער" צום מקום המקדש ביים יערליכן מעמד עלי' לרגל אויפן הר הצופים דעם חול המועד.

Blog Image

הרה"ג ר' יואל אהרן אייכלער שליט"א חתן האדמו"ר מדושינסקיא טרעט אויף ביים התכנסות כללי בחצר הקודש דושינסקיא דעם חול המועד פסח אין ביהמ"ד הגדול דושינסקיא אין ירושלים.

Blog Image

האדמו"ר מבאבוב 45 ביים פארקויפט די חמץ ביי גיסו הגה"צ אבד"ק באבוב 45 שליט"א.

Blog Image

חשובע עסקנים ושתדלנים אין שפיץ פון הרה"ח ר' משה מארגרעטן הי"ו און הרה"ח ר' משה דוד נידערמאן שליט"א, ביי תפילת מנחה אין ווייסן הויז נאכן א העפליכע אויפנאמע פונעם פרעזידענט פארגאנגענעם חול המועד פסח.

Blog Image

האדמו"ר מבאבוב באגריסט הנגיד ר' ישראל אלכסנדר ענגלענדער ביי איינע פון די חול המועד טישן דעם יום טוב פסח.

Blog Image

הונדערטער חסידי וויזניץ ביים מיטהאלטן דעם מעמד בדיקת חמץ דורך האדמו"ר מוויזניץ ברחובה של עיר פארנט פון ביתו נאווה קודש אויף די אמרי ברוך גאס אין בני ברק.

Blog Image

האדמו"ר מישועת יעקב סקולען ביים איבערגעבן שמורה מצות פאר הנגיד ר' געציל בערגער הי"ו מקורב ביי אדמו"י בית סקולען נאכן נעילת החג דעם מוצאי יו"ט פסח.

Blog Image

היניק אייניקל פון האדמו"ר מבעלזא ביים מסיים זיין א מסכתא ביים סעודת בכורים דעם ערב פסח.

Blog Image

שרייבט א קאמענט