הויפט בלאט בילדער קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

געשריבן דורך admin123

דאנערשטאג פ' משפטים • כ"ה שבט | בחצרות הקודש


המשפיע הגה"צ רבי בנימין אייזנבערגער אבד"ק שערי תפילה בארא פארק אויף א נסיעה צו די מקומות הקדושים אין אייראפע אינאיינעם מיט חברי קהילתו.

הגה"צ רבי יצחק מאיר מארגנשטערן האדמו"ר מתורת חכם אויף א באזוך די וואך במעונו פון האדמו"ר רבי יאשיהו פינטו גאב"ד מאראקא בעת דעם רבינס באזוך די וואך אין מאראקעש – מאראקא.

Blog Image

אן אינטערסאנטע עפיזאד האט זיך אפגעשפילט דעם מוצאי שבת ביי די ריקודין נאכן שבת מרומם מיט האדמו"ר מתולדות יהודה אין ליזענסק ווען די מוזיק האט זיך געהערט א שמץ פון אומאיידלקייט, דער רבי שליט"א האט מפסיק געווען דאס טאנצן ביז די ריטם און די ביעט פון די מוזיק איז געווארן געטוישט לשביעת רצונו.

האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג אנטשולדיגט זיך פאר'ן ציבור האלפים ביים סיום הרמב"ם פאר'ן גורם זיין אן עגמת נפש און א בהלה נאכן אוועקפאלן בשעת זיין דרשה, און איז באזונדער מפייס אויף די ענגלישע שפראך, פאר די וואס פארשטייען נישט קיין אידיש.

האדמו"ר הגה"צ רבי יצחק מאיר מארגנשטערן מתורת חכם ביים אראפשטייגן דעם פליגער אינעם לוד לופטפעלד נאכן קורצן נסיעה אין מאראקא, זייענדיג מעוטף בטלית ותפילין.

Blog Image

דער אויטא פון האדמו"ר מסאטמאר ווערט גערייניגט זיך גרייטנדיג צום רבינס צוריקקער פונעם מקום הנופש אין מיאמי.

האדמו"ר מסאטמאר אין א שמועס מיט א ליובאוויטשער חסיד די וואך ביים מעמד יציקת הבורות פאר די נייע מקוה אין א נייע דעוועלעפמענט וואס ווערט געבויעט דורך היימישע אידן אין נארט מיאמי.

פארצייטיש בילד פון האדמו"ר מלעלוב ניקלשבורג ביים שבעה נאך די פטירה פון אחיו כ"ק אדמו"ר מהרי"ד מלעלוב זצ"ל.

Blog Image

הנה זה בא: ניגון עתיק וואס ווערט געזינגען בחצרות קרעטשניף ארויסגעגעבן דורכן בעל מנגן ר' ישעי' גראס הי"ו אינאיינעם מיט די רוממו קאפעליע לכבוד די באזוך פון האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה אין ניו יארק.

דעם פרישן קבר פון כ"ק אדמו"ר מהרי"ד מלעלוב זצ"ל אויפן חלקת צדיקי בית לעלוב במרומי הר הזיתים, ביים מעמד עלי' לציון הק' ככלות השבעה.

לראות את עצמו: אייגנארטיג בילד פון האדמו"ר מדושינסקיא ביים באטראכן דער לוח מודעות אין דושינסקיא ביהמ"ד אין עיה"ק צפת.

Blog Image

האדמו"ר מסאדיגורא איז מעיין אין די פריש-ערשינענע "הגדה של פסח" מדברי תורתו פון מורו ורבו הגאון הגדול רבי אברהם גורביץ שליט"א ראש ישיבת געיטסהעד ביים כינוס התלמידים די וואך דורך אלע בוגרי הישיבה אין ארץ ישראל.

העומד מצד הקריה: הגה"צ רבי אהרן טייטלבוים אב"ד קרית יטב לב ביים ליינען די תנאים ביי די שמחת התנאים בבית הרב שלמה מאיר דאסקאל שליט"א סגן מנהל אין "מוסדות סאטמאר קרית יטב לב", פארגאנגענעם מוצאי שבת נאכן אפרעכטן דעם ערשטן שבת זינט די התמנות אלס מרא דאתרא אינעם שטעטל.

Blog Image

האדמו"ר הגה"צ רבי יצחק מאיר מארגנשטערן מתורת חכם אין א שמועס מיט הרבני הנגיד ר' יוסף טאבאק הי"ו אינעם אכסניא אין מאראקא.

Blog Image

האדמו"ר מוויזניץ בית שמש באגריסט אחיו הגדול האדמור מוויזניץ לאנדאן ביי די חתונה די וואך בחצרות תולדות אברהם יצחק – קרעטשניף – קאלוב אין ביתר.

Blog Image

הגה"צ רבי יוסך הורוויץ שליט"א חדב"ן האדמו"ר ממונקאטש באזוכט ביים פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א זייענדיג צוגאסט די טעג אין ירושלים.

Blog Image

הרה"ח ר' אלטר ברוך עקשטיין הי"ו מנהל "בית אופה ד'סאטמאר" אין וויליאמסבורג ווערט געזען אפשיקן א ריזיגן קאנטעינער מיט פריש געבאקענע מצות קיין לאנדאן לכבוד חג הפסח הבא לקראתינו לשלום.

Blog Image

ביים מעמד תפילת רבים ביים ציון פון הרה"ק רבי איציקל מסטוטשין זי"ע אין סאניק – פולין בראשות האדמו"ר מתולדות יהודה , מערקט "קרישקעס" בנו הגדול פון רבי'ן, הגה"צ אבד"ק אמונת ישראל שליט"א און נאמן ביתו המחנך הרב לייבוש ליש אין א דביקות'דיגן מאמענט.

Blog Image

האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה וואונטשט זיין פעטער האדמו"ר מתולדות צבי דספינקא ביי א באזוך נעכטן במעונו, לכבוד דעם יום הבהיר וואס געפאלט אויס היינטיגן כ"ה שבט.

שיינעם סעודת מרעים פאר אלע מנהלים על טהרת הקודש פון ארץ ישראל וואס זענען געווען צוגאסט חמשה עשר בשבט אין ניו יארק, אינעם אפיס פון "אחיעזר-וויליאמסבורג", בראשות הגה"צ אבד"ק ור"מ סאטמאר ירושלים שליט"א וואס האט דערביי אויפגעטרעטן מיט דברי חיזוק.

Blog Image

די הכנות בין כותלי התלמוד תורה ד'שיכון סקווירא אין בעפארברייטונג צום היסטארישן שבת חזק וואס איז באשטימט אויף היינטיגן שב"ק פרשת משפטים-שקלים, ביי וועלכן מ'וועט אי"ה ליינען די לעצטע קריאה פון די קדשינו ספר תורה, צו וועלכן האדמו"ר מסקווירא וועט עולה זיין לתורה צו די עלי' פון אחרון, די זעלבע לעצטע קריאה נאכן ליינען במשך דעם פארלאפענעם יאר אין די נייע ספר תורה.

Blog Image
Blog Image

די פאר'יתום'טע פלאץ פונעם זקן ראשי הישיבות הגאון האדיר רבי אליקים שלעזינגער זצ"ל אין די ישיבה הרמה לאנדאן, אויסגעלייגט מיט זיינע ספרים וואס ער האט מחבר געווען דורכאויס די יארן.

Blog Image

דער באקאנטער חרדי'שע זשורנאליסט ר' ארי' ערליך הי"ו איז מקבל ברכת קדשו פון האדמו"ר מגור ביים לעצטן שבע ברכות די וואך בשמחת בית גור.

Blog Image

האדמו"ר מזוועהיל איז מתפלל על קברו פון הגה"ק רבי שמעון אפענהיים זצוק"ל אבד"ק פעסט, וועמענס ציון אין שטאט בודאפעסט איז די לעצטערע יארן נתפרסם געווארן אלס א מקום קיבול תפילות.

Blog Image

הנהלת כולל שומרי החומות לצדקת רבי מאיר בעל הנס באזוכן ביי האדמו"ר מסקווירא צום בעפארשטייענדע יערליכע דינער לטובת הכולל אין מאנסי.

Blog Image

האדמו"ר מראחמיסטריווקא ווערט געזעהן ביי תפילת שחרית דעם זונטאג אינעם האטעל אין שטאט קאלטשעסטער ענגלאנד נאכן געהויבענעם שבת מיט די נגידי החסידות.

Blog Image

האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה ביים אויסלערנען דעם בעל מנגן ר' הערשי וויינבערגער הי"ו די ריכטיגע תנועה פון "נסים ונפלאות" וואס דער רבי האט געזונגען בלילי חנוכה און איז נתפרסם געווארן איבער די גאנצע וועלט.

אב"ד סאטמאר ירושלים אויף א באזוך די וואך אין די מאקאווא ישיבה אין קרית אתא וואס שטייט בנשיאותו פונעם פעטער גאב"ד מאקאווא.

Blog Image

ר' אפרים פעדער הי"ו ווערט געזעהן אין די גיגאנטישע מעטלייף סטעדיום אין ניו דזשערזי אין א באגעגעניש מיט די ראשי העסקנים פון אגודת ישראל, די ארגאניזירער פונעם היסטארישן סיום הש"ס וואס וועט דארט אפגעראכטן ווערן דעם זומער הבעל"ט במעמד רבבות אלפי ישראל.

האדמו"ר מבוהוש ביי א מסיבה לטובת מוסדותיו בבית הרבני הנגיד ר‘ שלום יצחק יאקאבאוויטש הי"ו ביים באטראכטן חפצי קודש פונעם סבא קדישא הרה"ק מרוזין זי"ע מבית גנזיו פונעם נדיב.

Blog Image

האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג אין א שמועס מיטן חסיד'ישן בעל מנגן ר' אברהם פריעד, מחשובי חסידי ליובאוויטש, ביים מעמד סיום הרמב"ם, שמועסנדיג איבער זיין זיידן דער קרעניצער רב ז"ל וועלכער האט געוואוינט אין אמעריקע.

Blog Image

הגאון הגדול רבי אליעזר יהודה פינקל ראש ישיבת מיר באזוכט ביי המשפיע הרה"צ רבי יודל דייטש שליט"א דעם מוצאי שבת אין ירושלים.

Blog Image

האדמו"ר מקאסאן טרעט אויף ביים סיום הרמב"ם אין די ליובאוויטשער קהילה אין לינדען.

Blog Image

די נייע לוקסעריעזע דזשענעסיס קאר וואס מען האט אין די טעג איינגעהאלט פארן באקוועמליכקייט פון האדמו"ר מסקווירא צו פארגרינגערן די נסיעות פארן רבי'ן.

Blog Image
Blog Image

דער אלעמען באקאנטער חזקי טורנהיים בענטשט דעם מקובל הגה"צ רבי דוב קוק שליט"א פון טבריה ביי א שמחה במעונו.

האדמו"ר מקוזמיר ביים אפרעכטן ריקודין נפלאים לפני נכדתו הכלה ביים חתונה פאריגע וואך אין שטאט לאנדאן.

האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה אנקומענדיג קיין בארא פארק צום שמחת הבר מצוה פון א זון פון הנגיד רבי מאיר אונגאר הי"ו פון די בארימטע פיוואט גרופע.

מכתב התנצלות פון הגה"צ ר' יחיאל יהושע ראבינאוויטש שליט"א אב"ד שפיקוב אנטווערפן, זון פון כ"ק אדמו"ר מביאלא רמת אהרן שליט"א נאכן אפרופן די געפלאנטע שבת עלייה לתורה מוקדם פון בנו החתן בצל אביו אין בני ברק.

Blog Image

הרב אריה קנייבסקי נכדו חביבו פונעם שר התורה הגר"ח קנייבסקי זצ"ל באזוכט ביים ראש הישיבה הגאון האדיר רבי משה הלל הירש לכבוד די בעפארשטייענדע חתונה פון בנו החתן די וואך.

Blog Image

הגאון רבי שלום בער סורוצקין ראש ישיבת עטרת שלמה באטראכט די פלענער פון די נייע שכונה אין דער שטאט רמלה מיט טויזנטער דירות אויסשליסליך פאר די בני תורה לומדי הישיבה.

Blog Image

האדמו"ר מסאדיגורא איז מעיין אין א ספר פארן דאווענען אין די אכסניא אין לאנדאן בבית הנגיד החסיד ר' אבא חייא פריעד הי"ו.

Blog Image

האדמו"ר מספינקא אין א ליבליכע טאנץ מיט אן אייניקל א יתום ביי די חתונה די וואך בבית ספינקא.

Blog Image

נאך פון די פרייליכע מאמענטן ביים חתונה אין די ספינקא הויף.

Blog Image

האדמו"ר מראחמיסטריווקא באזוכט ביי זיין קביעות'דיגער בעל האכסניא אין לאנדאן הנגיד החסיד ר' אליש ענגלענדער הי"ו בעת דעם רבינס בליץ באזוך אין שטאט דעם זונטאג.

הגה"צ רבי יעקב מרדכי האגער אבד"ק וויזניץ אלעד ביים מיטהאלטן דעם סדר לימוד שעות רצופות אין די וויזניצער ישיבה אין אלעד געווידמעט לרפאותו השלימה פון אביו האדמו"ר מוויזניץ וועלכער האט אנגעהויבן א פרישע סעריע מעדיצינישע באהאנדלונגען.

Blog Image

דער מקובל הרה"צ רבי נחום כהן שליט"א איז משמח ביים שמחת השבע ברכות בחצר הקודש זוועהיל אין ירושלים.

Blog Image

פרישע סדר התפילה איינגעפירט דורך האדמו"ר מדאראג פאר קהל חסידיו צו זאגן יעדן טאג. אנגעהויבן מיט א קאפיטל תהילים און דערנאך א תפילה פונעם קב הישר ניצל צו ווערן פון די נסיונות הזמן ופגעי הטעכנאלאגיע.

Blog Image

ילדי כיתה ט' פון די קראסנא חדר פון בארא פארק אין באגלייטונג פון זייער מלמד ר' מאיר ראזנבערג הי"ו באזוכן בבית גנזיו פין הנגיד ר' יודל מאנדל הי"ו אין וויליאמסבורג וועלכער האט פאר זיי געעפענט זיינע אוצרות און געצייגט גאר היסטארישע ספרים און כתבי ידות פון די צדיקי וגאוני הדורות.

Blog Image

האדמו"ר מסערט וויזניץ באגריסט זיך מיטן שלוחי דרבנן הרב מנחם אליעזר מאזעס נאכן חומש סעודה אין תלמוד תורה סערט וויזניץ אין רמה ד' בית שמש.

Blog Image

האדמו"ר מדושינסקיא מערקט "קרישקעס" ביי תפילת שחרית אינעם מערה אין מירון, כאחד האדם אן קיין גבאים.

Blog Image

האדמו"ר מבוהוש אין א פייערדיגן ריקוד מיט ש"ב האדמו"ר מקאפיטשניץ ביי די חתונה די וואך פון בתו הכלה אין שטאט בארא פארק.

Blog Image

האדמו"ר מסלאנים פארלאזט די אכסניא אין מאנסי נאכן לענגערן באזוך בקרב חסידיו אין שטאט.

האדמו"ר מראחמיסטריווקא ערשיינט בשערי העיר לאנדאן צום מעמד הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן די וואך צום ראחמיסטריווקא ביהמ"ד אין שטאט.

הגה"צ אבד"ק אמונת ישראל שליט"א ביים פארשרייבן חידושי תורה אויפן פליגער אהיים קיין ניו יארק נאכן מיטהאלטן די געהויבענע נסיעה פון אביו האדמו"ר מתולדות יהודה צו די מקומות הקדושים אין פוילין.

Blog Image

העסקן ר' ברוך הימל הי"ו מנהל ומייסד ארגון רפואה וחיים באגלייט ארויס האדמו"ר מוויזניץ לאנדאן נאכן זיך משתתף זיין ביים שמחת התנאים פון בתו הכלה אין בני ברק.

Blog Image

הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו דינט אלס עד קידושין ביים שמחת החתונה בבית הנגיד ר' אליעזר שיינער הי"ו אין מאראקא, ווערט געזעהן דער מסדר קידושין הגאון ר' מלכיאל קאטלער שליט"א ראש ישיבת ביהמ"ד גבוה דלעיקוואד.

Blog Image

האדמו"ר מישועת יעקב סקולען ביים אויפהייבן דעם בעכער צו ברכת המזון פארן עלטערן ברודער האדמו"ר מסקולען בעת רעוא דרעוין ביים שבת עלייה לתורה פונעם חתן א זון פון האדמו"ר מישועת יעקב סקולען אין שטאט וויליאמסבורג.

Blog Image

אחדות'דיגע באגעגעניש ביי די שיינער חתונה אין מאראקא צווישן הגאון ר' מלכיאל קאטלער שליט"א ראש ישיבת ביהמ"ד גבוה דלעיקוואד מיט די צוויי פאפולערע פיגורן אין ליובאוויטש, דער רוסישער הויפט רב הרב בערל לאזאר און המשפיע ר' יוסף יצחק דזשעיקאבסאן.

Blog Image

צווישן די רבנים ואנשים חשובים ביים חתונה הגדולה בחצרות וויזניץ אין בני ברק, מערקט "קרישקעס" העסקן הרב אפרים שטערן שליט"א מנהל ומייסד מפעל עונג שבת ויום טוב וועלכער איז געווען א פעטער ביי די שמחה.

Blog Image

די פרייליכע ריקודין ביים אמשינובער חתונה פארלאפענעם וואך אין שטאט אשדוד.

Blog Image

האדמו"ר הגה"צ רבי יצחק מאיר מארגנשטערן מתורת חכם אין א פייערדיגן ריקוד מיט מקורבו הרבני הנגיד ר' אליעזר שיינער הי"ו פון מאנסי ביים גרויסארטיגן מסיבת יום הולדת און סיום מסכתא וואס דער נדיב האט אפגעראכטן א נאכט בעפאר די חתונה פון בתו הכלה אין מאראקא.

Blog Image

מאור לחושך: שיין בילד פון האדמו"ר מסקולען ירושלים ביי הבדלה נאכן שבת מרומם וואס דער רבי האט געפראוועט אין שטאט מאנטשעסטער.

Blog Image

המשפיע הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב טרעט אויף ביים חמשה עשר טיש בחצר הקודש וויזניץ אינאיינעם מיטן שמחת השבע ברכות אין הויף, עפענענדיג דעם קאמפיין לטובת די פארצווייגטע פעולות רפואה פון די וועלט-בארימטע ארגאניזאציע "רופא חולים – RCCS". דער משפיע האט אויפגעשטורעמט די הערצער לתפילה וזעקה, ארויסברענגענדיג די תשוקה און האפענונג פון כלל ישראל צו זעהן דעם רועה ישראל געזונט און פריש בבריאות השלימה בבריות גופא ונהורא מעליא.

Blog Image

האדמו"ר מטאהש ערהאלט א מנחת ביכורים פון די חשובע תלמידי הישיבות הקדושות וועלכע האבן געלערנט טויזנטער שעות רצופות במשך די שובבי"ם טעג.

Blog Image

אינטערסאנטע געשעהניש בעת דער קורצע באזוך פון האדמו"ר מראחמיסטריווקא אין שטאט לאנדאן וואו א געקליבענע קבוצה פון יונגעלייט חסידי ראחמיסטריווקא האבן זוכה געווען מיטצופארן אינעם ספרינטער-אויטא פונעם רבי'ן, אויפן וועג קיין גאלדערס גרין, און דער רבי האט מיט זיי פארברענגט און איבערגעגעבן יסודות'דיגע דברי הדרכה והשקפת החיים פאר די יונגעלייט. דערנאך האבן די יונגעלייט איבערגעגעבן קוויטלעך, און ווי אויך די "שעות צעטלעך" פון די שעות רצופות וואס זיי האבן געלערנט בימי השובבי"ם, וואס דער רבי האט באטראכט מיט א קענטיגע הנאה וקורת רוח.

Blog Image

האדמו"ר מסקאליע אין אן אייגנארטיגע טאנץ מיט די אייניקלעך זרע ברך ה' ביי די שבע ברכות פון א אייניקל די וואך.

Blog Image

להבדיל בין חיים לחיים: הזמנה צום חתונה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מהרי"ד מלעלוב זצ"ל ככלות השבעה להסתלקותו, מערקט דעם שינוי פון שליט"א צו זצוק"ל.

Blog Image

האדמו"ר מקאסוב וויזניץ באזוכט אין די ישיבה בנשיאותו בשעתן סדר לימוד שעות רצופות לרגל די סיום ימי השובבי"ם.

Blog Image

האדמו"ר מוויזניץ ביים דערלאנגען פון זיין שיריים פאר הנגיד החסיד ר' יעקב אהרן ווערצבערגער הי"ו משב"ק הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זי"ע בעת די שמחת השבע ברכות בחצרות בית וויזניץ.

Blog Image

האדמו"ר מוויזניץ איז מנחם אבל ביי הרב מנחם שפירא סגן ראש העיר בני ברק און זיינע ברידער נאך די פטירה פון זיין פאטער הגאון רבי אביעזר שפירא זצ"ל משגיח ישיבת קול תורה.

Blog Image

האדמו"ר מפאפא וואונטשט דעם אסעמבלימאן ר' שמחה אייכנשטיין פון בארא פארק ביים דינער דעם מוצאי שבת בשלח אין בארא פארק לטובת מוסדות פאפא.

Blog Image

א ברכת מזל טוב לידידינו הרב שלום אלי' פעלבערבוים הי"ו ראש וראשון לכל קדשי בית סקווירא און פון די פירנדע עסקנים פונעם מוסד הק' בית לפליטות לרגל הולדת בתו למזל טוב.

Blog Image

שרייבט א קאמענט