הויפט בלאט באריכט למען הציל: שטורמישע אסיפת הרבנים אין ירושלים קעגן גזירה איומה פון געפלאנטן חוק הגיוס היל"ת

למען הציל: שטורמישע אסיפת הרבנים אין ירושלים קעגן גזירה איומה פון געפלאנטן חוק הגיוס היל"ת

געשריבן דורך admin123

מאנטאג פ' ויחי • ט' טבת | בחצרות הקודש


א היסטארישע אסיפת הרבנים איז אפגעהאלטן געווארן דעם נעכטיגן זונטאג און עיר הקודש ירושלים, ווען א רייע גדולי ישראל, אדמור"ים רבנים און משפיעים פון די חסידישע און ספרדישע קרייזן פון גאנצן לאנד האבן זיך פארזאמלט, צו באהאנדלן די שרעקליכע מצב אנבאלאנגט דעם גזירת גיוס הנוראה וועלכע פארשטערקערט זיך מיט יעדן פארבייגייענדן טאג ובפרט מיטן פינסטערן חוק הגיוס וועלכע ווארט אין די קומענדיגע טעג און וואכן אויף אן אפשטימונג אין כנסת, וואס לויטעט איבערצוגעבן א גרעסערע פראצענט פון בחורי ישראל אינעם צבא השמד ה"י.

די אסיפה איז פארגעקומען אין די וויזניצער זאל אויף רחוב נחמיה אין ירושלים וואו עס איז געשאפן געווארן א הערליך בילד פון אזויפיל גדולי אדמורי"ם ורבנים שליט"א פון אלע שיכטן און קרייזן, כולם נקבצו ובואו, אלס מיט איין מטרה און ציל צו ראטעווען נשמות ישראל משמד הגיוס.

די אסיפה איז געווען געצילט אויסצורופן א קול גדול אקעגן די פינסטערע פלענער פון די פינסטערע חק הגיוס, אז קיין שום בחור אדער אינגערמאן אפילו ער געפינט זיך נישט מבין כותלי הישיבה טאר חלילה נישט אריינפאלן אינעם מיליטער, און די זעלבע צייט האט דער אסיפה געצילט צו לייגן דרוק אויף די חרדישע פארטייען אז זיי זאלן חלילה נישט מיטשטימען מיטן חק הגיוס.

דער אסיפה איז באגלייט געווארן אינאיינעם מיט די גרעסערע עסקנים ואישי הציבור פונעם יהדות החרדית, עסקני הצלה מגיוס, וועלכע ארבעטן אין די לעצטערע חדשים ארומצוגיין בבתי האדמור"ים וגדולי הדור שליט"א, זען וואס מען קען טוהן אפצושלאגן די ביטערע גזירה און דער געפלאנטע חק הגיוס.

בראש האסיפה האבן זיך באטייליגט, דער פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, האדמורי"ם מראחמיסטריווקא, סלאנים, טשערנאביל, בוהוש, לעלוב, פינסק קארלין, וויזניץ בית שמש, זוועהיל, סאסוב, סקולען ירושלים, שבט הלוי, ביאלא בני ברק, חוג חתם סופר, המקובלים הגה"צ רבי אביש ציינווירטה שליט"א, הגה"צ רבי יצחק מאיר מארגענשטערן שליט"א אדמו"ר מתורת חכם, הגאון רבי בניהו שמילו שליט"א, הגאון רבי גמליאל ראבינאוויטש שליט"א, המשפיעים הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב, הרה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א ראש חבורת נחלת יעקב. הגאונים רבי משה צדקה שליט"א ראש ישיבת פורת יוסף, רבי בן ציון מוצפי שליט"א ראש ישיבת בני ציון, רבי מאיר הייזלער שליט"א ראש ישיבת קובנא, און נאך.

בשעת די אסיפה איז געהערט געווארן פייערדיגע דרשות פון די אנזוועזנדע רבנים און משפיעים, צווישן אנדערע כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א, וועלכע האט מיט גאר שטארקע ווערטער אויסגעשריגן די וויי געשריי אויף די ביטערע מצב אז מיר דארפן זיך מוסר נפש זיין א יעדן איינציגסטן טאג אז מען זאל חלילה נישט אנקומען אינעם טמא'נעם מיליטער. צווישן זיינע ווערטער האט דער רבי דירעקט זיך באצויגן צו די טענות אין די אלגעמיינע פרייע גאס, אז זייערע קינדער זענען זיך מקריב אין די מלחמות אויפן פראנט בעת אונזערע קינדער זיצן אין ישיבות, די רבי האט דאס אוועקגעמאכט אויסשרייענדיג בקול חוצב: "מיר נעמען יעדן טאג אויף זיך קבלת עול מלכות שמים זיך מסור נפש צו זיין אויף דער תורה, עס זענען פארהאן מושגים וואס זענען ביי אונז העכער פון דאס לעבן".

דערויף האט אויפגעטרעטן דער ספרדישע גאון ר' משה צדקה שליט"א ראש ישיבת פורת יוסף, וועלכע האט אויסגעשריגן בקול חינוק דמעות אז די חק הגיוס איז א שרעקליכע צרה פאר כלל ישראל, ובפרט אז דאס וועט די מערסטע אפעקטירן די אומשולדיגע ספרדישע בחורים, און מען מוז טוהן כל מה שביכלתינו דאס אויפצולעזן.

דערנאך איז געהערט געווארן די שטורימישע דיבורים פונעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א וואס האט קלארגעשטעלט אז אויף קיין שום פאל אין דער וועלט קען מען נישט פארהאנדלען צו מאכן א חק, און חלילה נישט מפשר זיין אויף נשמות ישראל.

צום שלוס פונעם איספה האט הגה"צ המקובל רבי בניהו שמואלי שליט"א האט פארגעזאגט פרקי תהלים, דברי סיום איז געהערט געווארן פון הגאון רבי יעקב תופיק שליט"א מראשי ישיבת פורת יוסף, און צום לעצט האט הגה"צ רבי חיים אהרן מאנדערער שליט"א מקאסוב בית שמש, פארגעליינט די החלטת העצרת.

אין די החלטת העצרת ווערט ארויסגעברענגט, אז די ביטערע גזירת הגיוס אויף אידן שומרי תורה ומצות אין ארה"ק ווערט ערגער מיט א יעדן פארבייגייענדע טאג, ובפרט בא אלינו צעקת בני עדת המזרח פון די ספרדישע קרייזן ווי די ציוניסטישע רשעים נוצן אויס די ספרדישע אידנטום אלס א מיטל אויסצופירן זייער גיוס פלאן, ווען זיי ווערן גאר שטארק געפייניגט און גערודפט.

עס איז פשוט און ברור אז עס איז א איסור מוחלט אריינצוגיין אינעם צבא השמד, סיי אין די הויפט אפטיילונגען, און סיי אין די אנדערע א.ג. פרומע אפטיילונגען, ווייל הצד השוה שבהן אשר כל באיה לא ישובון, אזוי ווי עס איז שוין געפסקנט געווארן דור אלע גדולי ישראל מדור העבר.

באזונדער איז ארויסגעברענגט געווארן די ווייטאג אז געוויסע חרדישע פארשטייער זיצן אין די טעג און פלאנירן אויס א פינסטערע חק הגיוס צו פארטיליגן גרויסע פראצענטן פונעם כלל ישראל ה"י, און עס איז אסור בהחלט מיטצושטיין דערצו בכל אופן שהוא במישרין ובעקיפין, אפילו עס קוקט אויס ווי עס קען ראטעווען א גרויסע פראצענט פון די בני הישיבות, דאך איז דאס אסור בתכלית האיסור אזוי ווי עס ווערט געפסק'נט אין הלכה "אין דוחין נפש מפני נפש". און די זעלבע צייט דארפן זיך די ערליכע אידן האלטן שטארק פעלזן פעסט מיט די דרכי המלחמה נישט נאכצוגעבן קיין כי הוא זה פאר די פארלאנגען פון די רשעים.

דערביי איז פראקלאמירט געווארן איבער א ריזן מחאה אדירה וואס וועט בעז"ה פארקומען דעם קומענדיגען מאנטאג פרשת שמות לסדר ויאנחו בני ישראל מן העבודה קשה, בחוצות ירושלים עיה"ק, אויסצושרייען די וויי געשריי אנטקעגן די ביטערע רדיפות הדת אויף ערליכע אידן, ובפרט אויפן שרעקליכע חוק הגיוס וועלכע לויערט צו פארטיליגן אזויפיל נשמות מישראל ה"י.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00