הויפט בלאט באריכט רבבות חסידי סאטמאר פייערן הצלת הרה"ק מסאטמאר זי"ע ביי ריזן כינוס הודאה אין גיגאנטישן קראונהייטס ארמארי

רבבות חסידי סאטמאר פייערן הצלת הרה"ק מסאטמאר זי"ע ביי ריזן כינוס הודאה אין גיגאנטישן קראונהייטס ארמארי

געשריבן דורך admin123

זונטאג פ' מקץ • כ"ד כסלו – ערב יו"ט חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש


תלמידי וחסידי סאטמאר זענען נאך אונטערן רישומא דקדושה פונעם גרויסן מעמד הודאה פארלאפענעם מיטוואך אויפדערנאכט ליל יום הצלה והשחרור כ"א כסלו, ווען אלופי אלפי ישראל האבן זיך צונויפגענומען תחת קורת גג אחד אינעם מאיעסטעטישן קראונהייטס ארמארי געביידע, וואס איז פארוואנדלט געווארן אלס א צענטער-פונקט פאר חסידי סאטמאר אומעטום, ווי מען האט זיך אינאיינעם געפריידט אויפן גרויסן נס אין דעם טאג וואס הרה"ק מסאטמאר זי"ע איז מיט איין און אכציג יאר צוריק ביום כ"א כסלו שנת תש"ה געראטעוועט געווארן מאפילה לאורה מצפרני הרשעים, און צוריק אויפגעשטעלט תורה און אידישקייט אין אמעריקא און אין די גאנצע וועלט.

דער גרויסארטיגער ארמארי געביידע וואס האט אין די לעצטערע יארן עטליכע מאל געדינט אלס דער פונדק אחד וועלכע האט צונויפגענומען אלפים ורבבות, להודות ולהלל ולשמוע את דבר ה', האט היי יאר נאכאמאל געדינט אלס אכסניא של תורה פון אלופי אלפי ישראל טויזענטער חסידים ואנשי מעשה, רבנים, דיינים, מרביצי תורה, עלטערע אידן דור דעה, בעלי בתים, אברכים, בחורי חמד, ילדי תשב"ר, ומלכם בראשם כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א כולם נקבצו באו לך להודות ולהלל אויפן יום הצלה, בשילוב מיטן דינער השנתי לטוב מוסדות הקדושים סאטמאר אין וויליאמסבורג המתנוססים לשם ולתפארה מיט ארום 'צוועלף טויזענט תלמידים ותלמידות קע"ה כ"י.

די גאנצע מעכטיגע ארמארי געביידע איז געווען מייסטערהאפטיג צוגעגרייט מיט טויזענטער טויזענטער זיץ פלעצער, בנוסף צו די הויכע 15 שטאקיגע פארענטשעס, די מעכטיגע בימת הכבוד, אלעס הערליך שיין דעקארירט לכבוד המאורע.

ארום 7:00 אווענט, האבן זיך די טויערן פונעם ריזן ארמארי געביידע געעפנט, ווען צום ערשט איז פארגעקומען דער ספעציעלער מעמד פאר אלפי בחורי סאטמאר "כינורות וזכרונות" ווי עס איז מייסטערהאפטיג אראפגעזינגען געווארן אלטע נאסטאלגישע ניגונים ותיקים פון די צדיקים הקודמים זי"ע, באזונדער איז פאכמאניש אפגעזינגען געווארן דער היסטארישער געוווייקטער מעליצער "רננו צדיקים" ניגון וואס איז צום ערשטן מאל אויפגעפרישט און פרעזענטירט געווארן דורכן מוזיק מייסטער הרה"ח ר' מאיר אדלער הי"ו פון ארה"ק און דער ראש המשוררים בחצר הקודש סאטמאר הרה"ח ר' יששכר גוטמאן הי"ו אינאיינעם מיט די בארימטע 'יונגערליך' און 'חסידיש' קווייער, וועלכע האבן במשך דעם גאנצן נאכט אנגעפירט בקולם הנעים בשירה ובזמרה להודות ולהלל.

אלס יושב ראש המעמד האט געדינט פה מפיק מרגליות הרה"ח ר' נפתלי אלימלך ווייס שליט"א מנהל מוסדות חוש, וואס האט מיט זיין טאלאנטפולן לשון לימודים אנגעפירט דעם הייליגן נאכט כראוי וכיאות.

נאכן פתיחת המעמד האט מען געהערט די יערליכער אויפטריט פונעם געטרייען העלדישן מנכ"ל המוסדות הרה"ח ר' חיים יצחק מאנדל הי"ו, וועלכע האט איבערגעגעבן א לענגערע באריכט מיט א נענטערע פערספעקטיוו אויף דעם מצב פון די מוסדות ברוחניות ובגשמיות בעבר בהווה ובעתיד, און די ווייטערדיגע פלענער אויף הרחבת גבולי הקדושה פראיעקטן בקרב המוסדות.

א גאר אינהאלטסרייכע דרשה איז געהערט געווארן דורכן מגיד מישרים ופה מפיק מרגליות הרה"ג ר' מרדכי שיף שליט"א רב דקהל איגוד אברכים בארא פארק, א זון פון הגאון הגדול גאב"ד אנטווערפן שליט"א, וועלכע האט מיט זיין באגייסטרייכע שטימע און הפלא'דיגע שפראך באצויבערט דעם ציבור האלפים מיט זיינע רייכע פערל רייד ארויסברענגענדיג בתוקפו של הנס ובמשנתו פון בעל הנס, די געוואלדיגע אויפטוהן וויאזוי דער סאטמארע רבי זי"ע האט צוריק אויפגעשטעלט אידישקייט אין אמעריקא, און אויפגעשטעלט די הייליגע קהלות ומוסדות, וואס האט א פולקאמע קיום עד היום הזה, און אויף דעם לויבן מיר השי"ת אשר לא השבית לנו גואל.

דאן איז אנגעקומען איינס פון די הויפט קלימאקסן פונעם "סעודת הודאה" ווען די רבי שליט"א איז אריינגעקומען בהדרו אינעם זאל צו באשיינען בראש המעמד. דער גאנצער ארמארי פעסטונג איז פארוואנדלט געווארן אין איין שטיק שבח והודאה דורך די אלפי אלפים, וועלכע לויבן און דאנקען, טאנצן און פרייען זיך, בקול רנה ותודה המון חוגג, מיט אזא עקסטאז. די רבי שליט"א איז ערשינען אויפן פני המזרח ביים בימת הכבוד ווען דיר ציבור הייבט זיך מיט די אויסגעווייקטע ניגונים פון "חסדי ה'" און "בך בטחו אבותינו בטחו ותפלטמו", ווען די רבי שליט"א כאפט זיך אן אין די ארומיגע גדולי הרבנים, עיני העדה, חברי בית דין צדק דקהל ייטב לב, בעת ווען די טויזנטער חסידים הייבן זיך אינאיינעם, ווי איין מעכטיגע באזע להודות ולהלל על כל הטובות לנו ולהחיות לכם לפליטה גדולה.

נאך די לענגערע ריקודין של שמחה, האט זיך דער רבי שליט"א געוואשן צום סעודה, און עס איז דאן אויפגעשפילט געווארן א הערליכע פרעזענטאציע אויפטריט דורך איינער פון די תלמידים אין די מוסדות הק' פון מאנסי, אין שפיץ פונעם בארימטן מלחין הרה"ח ר' לייבל גראס שליט"א מחשובי חסידי סאטמאר פון עיר הבירה לאנדאן יצ"ו, אין וואס עס איז שטארק ארויסגעברענגט געווארן בגודל תוקפו של נס אויפן יום הצלה פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע.

דערויף איז צוגעטראטן צום פאדיום דער לאנגיעריגער עסקן ושתדלן לכל קדשי בני ישראל הרה"ח המפורסם ר' משה דוד נידערמאן שליט"א, אשר סמך ידו עליו בעל הנס אז ער זאל עוסק זיין אין עסקנות לטובת אחינו בני ישראל, און ער האט אויף די ענגלישע שפראך באגריסט די חשובע שטאטישע באאמטע, דרשו את שלום העיר, באזונדער האט ער שטארק באגריסט דעם נייעם ערוועלטן מעיאר פון ניו יארק סיטי, זיך באדאנקענדיג פאר זיינע גוטסהייט פאר די אידישע באפעלקערונג אין ניו יארק, און ארויסגעברענגט אונזער שטייפע שטעלונג אנבאלאנגט דעם גזירת החינוך אין ניו יארק, און געבעטן אז ער זאל אונז ארויסהעלפן מיט זיינע הויכע קשרים מיטן קאמף אויפן ביטערן גזירה.

דער קלימאקס און הויכפונקט פון דעם מעמד האדיר איז געווען ווען עס איז געהערט געווארן דער דבר ה' בעוז וואס עס האט משמיע געווען דער מנהיג העדה, די רבי שליט"א ווי די טויזענטער אידן זקנים עם נערים זענען געזעסן געשפאנט מיט א יראה עילאה זיך צוהערענדיג צו די קול ה' חוצב להבות אש, איבער דעם משמעות פון דעם נס ההצלה און די יסודות׳דיגע דברי הדרכה במשנתו פונעם הייליגן בעל הנס זי"ע, און די זכי' צו שטיין צו די האנט העלפן אויפבויען און מרחיב זיין די גבולי הקדושה פונעם רבי'ן בכל מקום אשר דבר המלך ודתו מגיע, די רבי האט מעלה געווען לשבח פון די מוסדות הקדושים וואס וואקסט און בליעט לשם ולתפארת, און דערביי ארויסגעברענגט די ודברים העומדים על הפרק איבער די גזירות וואס באדראען כלל ישראל בארץ ובגולה, ובפרט די ביטערע גזירת הגיוס המרחפת על אחינו בני ישראל דרי ארה"ק, און ועל כולם דעם חובת השעה זיך מחזק צו זיין אין די דרכים פון בעל הנס, נישט נאכצולאזן קיין קוצו של יו”ד.

דער רבי שליט"א האט מאריך געווען איבער די געוואלדיגע נסים מיטן הצלה פון די רבי זי"ע, וועלכע האט ברוב חכמתו וקדושתו וטהרתו באוויזן צוריק אויפצושטעלן כלל ישראל און איבערפלאנצן די אלטע מסורה אויפן טריפה'נעם באדן אין אמעריקא, און אוועקגעשטעלט אידישקייט וואס האט א המשכה עד היום הזה, וואס דאס אלעס איז ניסים שלא כדרך הטבע אז מיר קענען זיך נאך האלטן אויפן זעלבן ערליכן וועג פון אמאל.

באזונדער האט דער רבי שליט"א ארויסגעברענגט איבער די געוואלדיגע הצלחות פון הרחבת גבולי הקדושה צווישן די קהילה און מוסדות, די פרעכטיגע נייע בניני המוסדות, די איבערבוי פון ביהמ"ד הגדול בית מדרשו של רבי. אזוי אויך זעט מען די געוואלדיגע הצלחות פון הרחבת גבולי הקדושה איבער אלע שטעט אין אמעריקא, אייראפע, ארה"ק, ווי די כח פונעם רבי'ן זי"ע פארשפרייט זיך שלא כדרך הטבע.

דער רבי שליט"א האט ארויסגעברענגט לשבח פון די הנהלת המוסדות וועלכע איז לעצטנס ארויף מיט די געהאלט פאר די מלמדים, טראץ וואס זיי מוטשענען זיך מיט א "הונדערט מיליאן דאללער" בודזשעט א יאר, אזוי אויך איבער די "קרן מלמדים" וואס העלפט שטארק ארויס די חשובע איינגעשטעלטע בעת שמחתם.

באזונדער האט די רבי ארויסגעברענגט איבער די ישיבת כרכים קשה, די שווערע דירות לאגע אין די שטאט, און די געוואלדיגע דירות אויסוואלן וואס מען פארמאגט מחוץ לעיר, קרית יואל, קרית יטב לב, און לעיקוואד, ווי מען קען זיך איינהאנדלען א פאסיגע דירה פאר מעסיגע פרייזן מיט הרחבת הדעת.

ליתן ריוח בין פרשה לפרשה, אינמיטן די דברות קודש האט די רבי שליט"א געזאגט, אז יעצט וועט מען מאכן א הפסקה, און אינאיינעם זינגען ניגוני שמחה והודאה צו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן על שלא השבית לנו גואל, אז מיר האבן די זכי' אויפצושטעלן אזא לגיון של מלך וועלכע קלאמערן זיך אויף די הייליגע דרכים.

נאך עטליכע מינוט פון ווארימע ניגוני הודאה, האט דער רבי שליט"א צוריק אנגעהויבן די דברות קודש, בבחינת לוחות שנויות, און מעורר געווען גאר שטארקע יסודות בעניני הדת, אז מען זאל זיך פירן בקדושת הבית אין אלע הינזיכטן, התעוררות בעניני צניעות, ארויסגעברענגט לשבח איבער די לעצטערע שינוי לטובה ביי די נשים צדקניות אנבאלאנגט דאס קאפ צודעק, די רבי האט גאר שטארק מגנה געווען די שרעקליכע פירצה פון לאנגע צולאזטע שייטלען, זהירות איבער ליין מאטריאל, שמירה מרובה אז מען זאל נישט פארמאגן די אלע כלים הטמאים, התבדלות מרשעים ומדרכי הגוי, די עלטערן זאלן אריינגעבן א חיות פאר די קינדער אין אידישקייט בעת די סעודת שבת ויו"ט.

באזונדער האט דער רבי שליט"א ארויסגעברענגט לשבח הנהלת המלמדים וועלכע שטעלן צו אז מען זאל קענען חתונה מאכן אויף א ביליגע פארנעם, ובפרט מיט די לעצטיגע נדבה העצומה פון הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא שליט"א מיטן אהערשטעלן די פרישע נייע חתונה זאלן "עדן יואל" און "עדן אלטא פיגא" אז אנשי שלומינו זאלן קענען חתונה מאכן אויף א ביליגע פארנעם מיט הרחבת הדעת.

דאן איז דער רבי שליט"א אריבער רעדן איבער די שווערע מצב פון אחב"י דרי ארה"ק, ווען מיט א אש קודש האט דער רבי שליט"א אויסגעשריגן דעם "אם לא אעלה את ירושלים על ראש שמחתי", מען טראכט אריין אין וועלכע עת צרה היא ליעקב אחינו בני ישראל אין ארה"ק געפינען זיך יעצט, די ציונים ווילן זען א יעדע איינציגסטע בחור און אינגערמאן אין די טמא'נע מיליטער, וואס דאס איז א עקירת התורה ועקירת האמונה.

דער רבי האט ארויסגעברענגט אז אפילו אזעלכע קרייזן וועלכע זענען ליידער יא א חלק פון די מדינה הטמאה, זען שוין איין דעם אמת און זיי זענען מודה אז "דער רבי איז געווען גערעכט" אשר על דבריו חיים וקיימים.

מיט א שטארקע ווייטאג האט דער רבי שליט"א אויסגעשריגן אקעגן די וועלכע גייען איין אויף פינסטערע פשרות מיטן מיטשטימען אויפן חק הגיוס, אלעס איז פון שוחד יעור עיני חכמים, מען נעמט אזויפיל געלט, און מען איז מסכים חלילה אז צענדליגער טויזענטער אידישע נשמות זאלן גיין אין מיליטער.

די רבי האט אויסגעפירט אז עס ליגט א חוב ארויסצוהעלפן אלע ארגאניזאציעס וועלכע העלפן ארויס די מלחמה אקעגן די ביטערע גזירות הגיוס, די "קרן ויואל משה – הצלה מגיוס", אזוי אויך "הצלחה מאחים" וועלכע העלפן ארויס מיט די מחאות אקעגן די רשעים, באזונדער ליגט א חוב ארויסצוהעלפן בגוף ובממון די מוסדות על טהרת הקודש בארה"ק וועלכע מוטשענען זיך מיט מסירת נפש אויף זייער שטאנד, אזוי אויך האט דער רבי דערמאנט לשבח די "אחיעזר אפיסעס" וועלכע פונקציאנירן איבער וויליאמסבורג, קרית יואל, מאנסי, בארא פארק, וועלכע העלפן ארויס די מסי"נ מנהלים בעצה ובמעש אין אלע הינזיכטן.

עקסטער האט דער רבי שליט"א ארויסברענגט אז אז אפאר מאל א יאר שיקט מען חלוקות אדירות פון עטליכע מיליאנען פאר די אלע מוסדות על טהרת הקודש, סיי דורך מפעל 'קרן הצלה' וועלכע האט לעצטנס געהויבן די סכומים, און סיי דורך מפעל 'שקל הטהור', און מען דארף זעהן דאס צו ארויסהעלפן אז מען זאל עס קענען ווייטער אנהאלטן, און די רבי שליט"א האט מסיים געווען די דברות קודש מיט דברי ברכה לרוב.

נאך די דברות קודש מלהבות אש האט זיך דער גאנצע ציבור ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין לכבוד היום להודות ולהלל לשמך הגדול על רוב ניסים שהפלאת.

דערנאך איז פארגעליינט געווארן א בריוו וואס פרעזידענט טראמפ יר"ה האט געשיקט ספעציעל צום מעמד, ארויסברעגענדיג אז דער הצלה פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע איז נישט נאר בלויז א הצלה אז ער איז באפרייט געווארן פונעם קריג, נאר דורך זיין באפרייאונג קען מען ווייטער אויפציען און ווידער אויפבליען אידישקייט איבער די גארער וועלט, און ער וועט פרובירן פון זיין זייט אז די אידן זאלן האבן א פרידליך לעבן מיט די אידישע רעליגיע אינעם גאנצן לאנד.

נאך "ברכת המזון" האט מען געזאגט "שבע ברכות" לכבוד די חתנים, ווי נאכן בענטשן האט מען ארויסבאגלייט דעם רבי'ן בשירה ובזמרה, בעת ווען די ריקודי קודש ווערן ווייטער אפגעהאלטן אינעם צענטער פונעם זאל פאר א לענגערע צייט.

אשרי עין ראתה כל אלה!

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00