מאנטאג פ' חי שרה • י"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
דער שבת של שמחה וואס כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א האט געפראוועט שבת פ' לך לך אינעם נייעם חסידישן יישוב אין יוניאן ניו דזשערזי איז געווען א חטיבה אחת פון התרוממות הנפש והתרגשות דקדושה, א שבת מעין עולם הבא.
א יום טוב'דיגע שטימונג האט זיך געשפירט ביי די פילע תושבים אין שטאט האבנדיג די זכיה אז דער רועה נאמן די רבי שליט"א איז אנגעקומען לעשות את השבת – א שבת של שמחה – בקרב תלמידיו וחסידיו, לרגל די שבת שבע ברכות פון אן אייניקל, די כלה א טאכטער פון חתנא דבי נשיאה הרה"צ ר' חיים ברוך הלברשטאם שליט"א וואס איז עומד לשרת בקודש ביים ציבור עדת חסידי באבוב 45 תושבי העיר.
במשך דעם שבת האט זיך אנגעזעהן א גרויסן ציבור תושבי העיר וואס זענען געקומען מיטהאלטן דעם שבת בצל הקודש און אויך די פילע קרובי המשפחות און חשובי וזקני העדה. לכבוד דעם שבת האט די בארימטער רענטאסטיק פירמע אויפגעשטעלט א גרויסער שאטער ברחובה של עיר וועלכע איז אויסגעשטאט געווארן מיט הויעך שטאקיגע פארענטשעס צו קענען אקאמאדירן דעם גרויסן ציבור חסידים און געסט.
ערב שבת נאכן זמן איז פארגעקומען די טלית לייגן אין ביהמ"ד. מיט תפילת מנחה האט די רבי שליט"א מכבד געווען מחותנו הגה"צ אב"ד זרע קודש וראש ישיבת בית מאיר שליט"א. נאכן דאווענען איז די גאנצע ציבור אריבער וואונטשן גוט שבת און שלום נעמען וואס האט זיך פארצויגן א לענגערע צייט.
צום באשטימטער צייט איז די רבי שליט"א אריינגעקומען צום שולחן הטהור און אנגעהויבן שלום עליכם, דורכאויס די טיש האט מען געזינגען פילע ניגוני שמחה. די רבי האט זיך אויפגעשטעלט אויף א רקידה און געזאגט תורה, מיטן בענטשן האט די רבי מכבד געווען מחותנו הגה"צ אב"ד זרע קודש.
נאכן בענטשן האט דער משמש בקודש הרב חיים יונה ווייס הי"ו אויפגערופן דעם רבי'ן שליט"א צום מצוה טאנץ כנהוג. מען האט פארענדיגט דעם טיש אום צוויי אזייגער, און אהיימבאגלייט דעם רבי'ן צום אכסניא בבית חתנו הרה"צ ר' חיים ברוך שליט"א.
שבת אינדערפרי נאכן דאווענען איז פארגעקומען די קידושא רבא לרגל די גרויסע שמחה, ווי אלע תושבי העיר דורך וואונטשן לחיים און מזל טוב. די סעודת צפרא דשבתא האט די רבי געפראוועט בבית האכסניא אינאיינעם מיט די בני המשפחה, די רבי האט משמיע געווען דברות קודש און מכבד געווען די זיידעס הרבנים אויפצוטרעטן מיט דברי תורה.
מוצאי שבת נאך מעריב איז מען ארויס אויף קידוש לבנה און דערנאך האט די רבי מבדיל געווען על הכוס ברוב עם און געוואונטשן ברכת קדשו פארן גאנצן ציבור אינאיינעם, עס האט נאכגעפאלגט מיטן מעמד הבאגלייטן ברחובה של עיר, ווי מען האט אהיימבאגלייט דעם רבי'ן צו די אכסניא בשירה וזמרה, ווי די צאן קדשים האבן באגלייט מיט פאקלען.
זונטאג נאכמיטאג איז פארגעקומען די מעמד אמירת מזל טוב פאר די ילדי החמד אינעם בנין התלמוד תורה אין יוניאן. די קינדער האבן פארגעזינגען ווארימע ניגונים און חרוזין, די רבי האט משמיע געווען דברות קודש והדרכה און די קינדער זענען דורך וואונטשן לחיים און מזל טוב, נאכן מעמד האט די רבי קובע געווען א מזוזה ביי א נייע חדר לימודים אינעם ת"ת, און איז דערנאך אריין צו די קלאסן פון די קינדערגארטן און אנגעוואונטשן די קינדער.
אויפדערנאכט איז פארגעקומען די מסיבת שבע ברכות צוגעשטעלט דורך די קהילה אין יוניאן לכבוד די שמחה, עס איז פארגעקומען אינעם בנין בית חינוך לבנות באבוב 45 אין יוניאן.
דורכאויס די מעמד האט מען געהערט דרשות און חרוזין פון עטליכע מחשובי תושבי העיר, און די רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש. עס האבן זיך משתתף געווען כ"ק אדמו"ר מקאסאן שליט"א, הרה״ג רבי אליעזר מרדכי סופר שליט״א אב"ד סאטמאר לינדען, און די ראשי ישיבות פון ישיבה גדולה אין יוניאן, באזונדער האבן זיך אנגעזעהן פילע איינוויאנער פון די ארומיגע גענטער.
די שמחה האט זיך געשלאסן מיט א שיינעם ריקוד לכבוד די שמחה הרוממה, ווען די רבי שליט"א האט זיך אראפגעלאזט מן ההר אל העם און איז מיטגעטאנצן אין א רינג מיט די תלמידים וחסידים כבנים תושבי יוניאן, און א באזונדערע ריקוד מיט חתנו כבנו הרה"צ רבי חיים ברוך שליט"א העומד בראש הקהילה, און מיט די חתן און מחותנים ובני משפחת המלוכה.

































































