הויפט בלאט באריכט גרויסארטיגע מעמד "קבלת פנים" אין בני ברק פאר צוויי ישיבה בחורים אסירי ציון אין שפיץ פון מרנן ורבנן גדולי ישראל

גרויסארטיגע מעמד "קבלת פנים" אין בני ברק פאר צוויי ישיבה בחורים אסירי ציון אין שפיץ פון מרנן ורבנן גדולי ישראל

געשריבן דורך admin123

מאנטאג פ' שמות • ט"ז טבת | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


נעכטן זונטאג איז אין בני ברק פארגעקומען די גרויסארטיגע מעמד "קבלת פנים" פאר די צוויי חשובע אסירי ציון, הבחור יצחק רביבו ני"ו פון ישיבת "רבינו חיים עוזר", און הבחור יאיר סעדה ני"ו פון די ספרדישע ישיבה "כסא רחמים", וועלכע זענען באפרייט געווארן פון מיליטערישע טורמע דעם פארלאפענעם ערב שבת, ווי זיי האבן געשמאכטעט אין די פינסטערע טורמע צעלן פאר לאנגע וואכן פארן אייניגסטן חטא פון זיך נישט שטעלן אין מיליטער.

דער מעמד הגדול איז אפגעראכטן געווארן אין ביהמ"ד הגדול נדבורנא אין בני ברק, וואס איז ספעציעל ארויסגענומען געווארן צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור וואס האבן זיך באטייליגט אפצוגעבן דעם פאסיגן כבוד פאר די מקדשי השם, באזונדער איז געווען אויסגעשטעלט א הויכע בימת הכבוד ווי עס זענען געווען אויסגע'שורה'ט די גדולי התורה וראשי הישיבות שליט"א, ועל צבאם די מנהיגי עולם התורה מרן ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א און מרן ראש הישיבה הגאון רבי משה הלל הירש שליט"א, וועלכע האבן זיך ספעציעל מטריח געווען בטילטולא דגברא רבא אפצוגעבן דעם ריכטיגן כבוד און חיזוק פאר די חשובע בחורים לומדי תורה.

דורכאויס די מעמד קבלת פנים איז געהערט געווארן עטליכע דרשות פון די גדולי הרבנים וראשי הישיבות שליט"א, צווישן אנדערע איז געהערט געווארן די פייערדיגע ווערטער פונעם ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א, וועלכע האט ארויסגעברענגט אז ביים יעצטיגן גזירה האבן מיר בעיקר מורא אז די ביטערע גזירה זאל נישט האבן א השפעה און אפהאלטן די בני הישיבות פון לערנען תורה אויף קיין שום פרייז אויף די וועלט, און יעצט ווען די חשובע בחורים האבן זוכה געווען בייצוקומען דעם ניסיון, זענען מיר זיי אלע מכיר טובה פארן שטעלן א העפטיגע ווידערשטאנד אקעגן די גוזרי הגזירה.

דער ראש הישיבה האט אויסגעשריגן, ווען א בחור א לומד תורה זיצט אין טורמע, זיצט נישט נאר דער בחור אין טורמע, נאר די "תורה הקדושה אליינס" איז איינגעשפארט אין טורמע רחמנא ליצלן, און די אלע וועלכע פרובירן צו לייגן סאנקציעס אויף די לומדי תורה, זיי זענען נישט לוחם מיט קיין בשר ודם, נאר זיי זענען לוחם מיטן אויבערשטן אליינס רחמנא ליצלן.

דערויף איז געהערט געווארן די פייערדיגע דיבורים פון מרן ראש הישיבה הגאון רבי משה הלל הירש שליט"א, ווי ער האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע זכי' און שמחה אז די צוויי בחורים לומדי תורה זענען ב"ה באפרייט געווארן פון טורמע, אשריכם שנתפסו על דברי תורה, אבער פון די אנדערע זייט איז עס א גרויסע צער אז געוויסע פארשטייען נאכנישט דאס הארבקייט פון אריינגיין אין מיליטער, עס איז א געוואלדיגע סכנה איינצושטעלן די רוחניות, און קיין שום איד טאר נישט אהינגיין.

נאך די געוואלדיגע דרשות האבן די גדולי הרבנים וראשי הישיבות שליט"א זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע טענץ אינאיינעם מיט די בחורים אסירי ציון מקדשי השם, ווי דער גאנצער ציבור האט מיטגעטאנצן מיט גרויס שמחה, און דערביי ערהאלטן פערזענליכע ברכות פון די מנהיגי עולם התורה ראשי ישיבת סלאבאדקע.

נאך די גרויסארטיגע מעמד קבלת פנים, איז פארגעקומען א באזונדערע מעמד קבלת פנים פארן ספרדישן בחור יאיר סעדה ני"ו אין זיין ישיבה "כסא רחמים" אין בני ברק, בהשתתפות פון די ראשי הישיבה און די גדולי חכמי הספרדים.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00